אַמעריקע מאַכט איצט אַדורך זייער אַ מאָדנעם פּאָליטישן מאָמענט. דאָס הייסט, אַז די איצטיקע פּרעזידענטן־וואַלן זענען מאָדנע, אַפֿילו פֿאַר אַמעריקע, אַ לאַנד, וווּ די נאַציאָנאַלע פּאָליטישע ראַנגלענישן קומען, געוויינטלעך, פֿאָר אויף אַ סוררעאַליסטישן און גראַנדיעזן אופֿן.
די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי שטעלט מיט זיך הײַיאָר פֿאָר אַ ריי פּאָליטיקער, וואָס זענען אָדער גאָר עקסטרעמע בייזע פּאַרשוינען, אָדער ריינע משוגעים. דאָס נעמט אַפֿילו ניט אַרײַן אין באַטראַכט דאָנאַלד טראָמפּ, וואָס איז בעצם ניט קיין פּאָליטיקער, נאָר אַ נאַרציסטישער לץ, אַ מין פֿאַרווײַלער פֿונעם שניט „רעאַליטעט־טעלעוויזיע‟, וואָס טוט אַלצדינג מעגלעך, כּדי מע זאָל וואָס מער רעדן וועגן אים.
די וועלט, מחוץ אַמעריקע, האָט, פֿאַרשטייט זיך, מער מורא פֿאַר טראָמפּ ווי פֿאַר די אַנדערע קאַנדידאַטן. ס׳זעט זיי אויס אומגלייבלעך, אַז אַ פּאָטענציעלער פּרעזידענט זאָל סטראַשען צו דעפּאָרטירן אַלע מוסולמענער, אַרויסקומען מיט ראַסיסטישע דערקלערונגען וועגן מעקסיקאַנער אָדער טענהן, אַז די פֿאָרזיצערין פֿון דער דעבאַטע אויף „פֿאַוקס־ניוז‟, מעגין קעלי, איז ניט געווען יושרדיק צו אים ווײַל, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, ס׳איז געווען „איר צײַט פֿונעם חודש‟.
טראָמפּס ממש דערשטוינענדיקע אַרויסזאָגונגען, זײַן נטיה צו שעלטן אויף דער טעלעוויזיע און צו בעטן דעם עולם בײַ זײַנע ריזיקע עפֿנטלעכע מיטינגען, זיי זאָלן גיין שלאָגן די, וואָס קומען אים פּראָטעסטירן, זענען יאָ גאַנץ שאָקירנדיק. טראָמפּ אַליין איז, אָבער, ניט אַזוי געפֿערלעך, ווײַל ער וועט קיינמאָל ניט ווערן פּרעזידענט.
די גרעסטע פּראָבלעם, אָבער, וואָס עס שאַפֿט איצט דאָנאַלד טראָמפּ, איז, וואָס צוליב אים, קלינגען די אַנדערע רעפּובליקאַנער אַ סך ווייניקער עקסטרעם, ווי זיי זענען באמת. די צוויי אַנדערע הויפּט־קאַנדידאַטן בײַ די רעפּובליקאַנער, מאַרקאָ רוביאָ און טעד קרוז, זענען אַ סך מער געפֿערלעך ווי זיי זעען אויס בײַם ערשטן בליק. רוביאָ האַלט, למשל, אַז דער אַבאָרט דאַרף זײַן אומלעגאַל אין אַלע פֿאַלן, אַחוץ דעם, ווען דער וולד שטעלט אין געפֿאַר דאָס לעבן פֿון דער מוטער. ווען מע האָט אים געפֿרעגט, וואָס וואָלט ער געזאָגט אַ פֿרוי, וואָס איז געוואָרן טראָגעדיק צוליב אַ פֿאַרגוואַלדיקונג, האָט ער דערקלערט, אַז ער וואָלט זי דערמוטיקט, ווײַל ס׳איז אַ „שרעקלעכע סיטואַציע‟, אָבער די פֿרוי וואָלט סײַ ווי סײַ געדאַרפֿט האָבן דאָס קינד.
צום באַדויערן, איז דער אַבאָרט ניט די איינציקע גאָר עקסטרעמע פּאָזיציע, וואָס רוביאָ, וועמען די אַמעריקאַנער פּרעסע האַלט פֿאַר דעם „מעסיקן קאַנדידאַט‟ צווישן די רעפּובליקאַנער, שטעלט מיט זיך פֿאָר. ער גלייבט, למשל, בכלל ניט אין קלימאַט־ענדערונג און איז בפֿירוש שטאַרק בייז געשטימט קעגן די האָמאָסעקסואַליסטן, האַלטנדיק, אַז מע מוז פּטור ווערן פֿון אַלע געזעצן, וואָס פֿאַרזיכערן, אַז מע טאָר ניט דיסקרימינירן קעגן זיי. רוביאָס מיינונגען וועגן דער אויסערן־פּאָליטיק זענען אויך גאַנץ עקסטרעם: ער רעדט אָפֿט וועגן אָנהייבן מיליטערישע אָפּעראַציעס אין פֿאַרשידענע עקן פֿון דער וועלט. זײַן פּלאַן פּטור צו ווערן פֿון סיריעס דיקטאַטור איז בפֿירוש געפֿערלעך, ווײַל די רוסישע רעגירונג שטיצט באַשאַר אַל־אַסאַדן שטאַרק אונטער, און אַ מלחמה קעגן אים וואָלט בעצם געמיינט אַ ביטערן קאָנפֿליקט מיט די רוסן.
טעד קרוז, וואָס דער רעפּובליקאַנער עסטאַבלישמענט האָט פֿײַנט כּמעט אַזוי פֿיל ווי דאָנאַלד טראָמפּ, איז אויך גאַנץ געפֿערלעך. זײַן הויפּט־פּלאַן איז בעצם צו שנײַדן דעם בודזשעט פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג אויף אַזוי פֿיל, אַז אַפֿילו די געוויינטלעכע פֿינאַנציעל־קאָנסערוואַטיווע רעפּובליקאַנער האַלטן אים פֿאַר אַ משוגענעם. אין דער זעלביקער צײַט באַרימט זיך קרוז, אַז ווען ער וואָלט געווען פּרעזידענט, וואָלט מען „זיך דערוווּסט, צי דער זאַמד גליט בײַנאַכט‟, ווײַל מע וואָלט גלײַך אַראָפּגעוואָרפֿן באָמבעס אויף סיריע.
אַ בייזער פּאַרשוין, וואָס זעט גאַנץ אָפֿט אויס ווי ער וויל איינעם פֿון זײַנע קעגנער אַ זעץ טאָן בעת די דעבאַטעס, איז די גרעסטע זאָרג פֿאַר אונדז ייִדן, ניט דער סענאַטאָר אַליין, נאָר זײַנע פֿרײַנד. קרוז איז אַ פֿאַרברענטער עוואַנגעליסטישער קריסט, וואָס האַלט זיך מער פֿאַר אַ „קריסט איידער אַן אַמעריקאַנער‟. איינער פֿון די גלחים, וואָס האָט אים אינדאָרסירט, מײַק ביקל, איז אַ באַקאַנטער אַנטיסעמיט, וועלכער האָט דערקלערט אין זײַנע דרשות, אַז נאָך דעם, וואָס יעזוס קומט צוריק, וועט גאָט שיקן יעגער צו געפֿינען די ייִדן, וועלכע ווילן זיך ניט שמדן, און זיי פֿאַרשפּאַרן אין „טויט־לאַגערן‟. קרוזס קאַמפּאַניע האָט לעצטנס פֿאַרטיידיקט אי דעם גלח, אי זײַן אינדאָרסירונג פֿון קרוז, דערקלערנדיק, אַז דאָס איז „בלויז ביקלס אָפּטײַטש פֿון ביבלישער נבֿואה‟.
קעגן איינעם פֿון די דרײַ דערמאָנטע קאַנדידאַטן וועט זיך פֿאַרמעסטן אָדער בערני סאַנדערס, אָדער הילאַרי קלינטאָן. סאַנדערס, דער ברוקלין־דערצויגענער ייִדישער סענאַטאָר פֿון ווערמאָנט, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן ערנסטן קאָנקורענט קעגן הילערי קלינטאָן. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער איז מער לינק־געשטימט ווי אַלע אַנדערע ערנסטע קאַנדידאַטן צו ווערן פּרעזידענט אין די לעצטע 50 יאָר, געווינט ער וואָס מער שטיצער מיט יעדן טאָג. אַ דעמאָקראַטישער סאָציאַליסט פֿונעם מערבֿ־אייראָפּעיִשן שניט, ווענדט ער זײַנע טענות צו דער קליינער צאָל אַמעריקאַנער, וואָס פֿאַרמאָגן כּמעט אַלע געלט־רעסורסן אינעם לאַנד און דאָמינירן אין דער היגער פּאָליטיק. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זײַנע פּלענער קלינגען אומפּינקטלעך און לופֿטמענטשיש, ציט זײַן רעטאָריק צו אַ פֿאַרשידנאַרטיקן עולם, בפֿרט צווישן די ייִנגסטע וויילער.
אין אַ נאָרמאַלן יאָר וואָלט הילערי קלינטאָן גרינג געוווּנען סײַ די דעמאָקראַטישע נאָמינאַציע, סײַ די פּרעזידענטשאַפֿט; אָבער אין אַ צײַט, ווען סײַ די רעכטע, סײַ די לינקע וויילער ווילן שטראָפֿן דעם עסטאַבלישמענט, האָט הילערי זייער אַ שווערע אויפֿגאַבע: אײַנצורעדן די וויילער, אַז זי איז באמת אַ פֿרײַדענקערין, וואָס געהערט ניט צום זעלביקן עסטאַבלישמענט. כּדי דאָס צו דערגרייכן הייבט קלינטאָן איצט אָן נאָכצומאַלפּעווען סאַנדערס׳ רעטאָריק, רעדנדיק וועגן די אונטערשיידן צווישן אָרעם און רײַך, דער אומגערעכטיקייט פֿונעם ראַסיזם, די בייז־וויליקע באַנקירן אויף „וואָל־סטריט‟, וואָס האָבן חרובֿ געמאַכט די עקאָנאָמיע און אַזוי ווײַטער. ס׳איז אָבער שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מענטשן וועלן טאַקע גלייבן אין איר נײַעם צוגאַנג. הילערי, אַפֿילו צווישן אירע שטיצער, איז באַקאַנט ווי אַ „פּאָליטישער כאַמעליאָן‟, ענלעך צו אַזאַ מין יאַשטשערקע, וואָס בײַט איר קאָליר, כּדי זיך צופּאַסן צום אַרום. ווען עס קומט צו דער אינערן־פּאָליטיק בײַט קלינטאָן אירע מיינונגען לויט די רעזולטאַטן פֿון דער אַנומלטיקער אַנקעטע. אירע מיינונגען, ניט געקוקט אויפֿן נײַעם לבֿוש, אין וועלכן זי שטעלט זיי פֿאָר, זענען מער־ווייניקער די זעלביקע ווי בײַם פּרעזידענט אָבאַמאַ. דער אונטערשייד צווישן איר און אָבאַמאַ באַשטייט כּמעט אין גאַנצן אינעם צוגאַנג צו דער אויסערן־פּאָליטיק.
אַזוי ווי מאַרקאָ רוביאָ און דזשאָרדזש דאָבליו בוש, גלייבט קלינטאָן אין אַן אָפֿענסיווער אויסערן־פּאָליטיק, דורך וועלכן אַמעריקע וואָלט פּטור געוואָרן פֿון געוויסע רעגירונגען, וואָס געפֿעלן איר ניט. דורך דער גאַנצער קאַמפּאַניע האָט סאַנדערס געקלונגען אין גאַנצן אומבאַהאָלפֿן אין די דעבאַטעס, ווען די רייד איז געגאַנגען וועגן דער אויסערן־פּאָליטיק. לעצטנס, אָבער, האָט סאַנדערס אָנגעהויבן צו אַטאַקירן קלינטאָן צוליב איר שטעלונג, אַז מע זאָל אָפֿט אינטערווענירן אין אַנדערע לענדער. סאַנדערס האָט, למשל, פֿאַרדאַמט קלינטאָנס צעפּויקן דעם פֿאַקט, אַז דער געוועזענער מלוכה־סעקרעטאַר הענרי קיסינדזשער האָט געזאָגט, אַז זי, קלינטאָן, טוט אַ גוטע אַרבעט בײַם „מלוכה־דעפּאַרטמענט‟. קיסינדזשער, וואָס אַ סך מענטשן האַלטן אים פֿאַר אַ מלחמה־פֿאַרברעכער צוליב דער בלוטבאָד, וואָס ער האָט געהאָלפֿן צו שאַפֿן אין קאַמבאָדיע, האָט אַמאָל געזאָגט דעם פּרעזידענט ריטשערד ניקסאָן, אַז „ס׳איז ניט אַמעריקעס זאָרג, אויב די סאָוועטן וועלן אָפּשיקן די ייִדן אין די גאַז־קאַמערן, ס׳איז אפֿשר מער אַ הומאַניטאַרע זאָרג‟. ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז קיסינדזשער איז אַליין אַ דײַטשישער ייִד, וואָס האָט זיך געראַטעוועט פֿון היטלערן האַרט פֿאַרן חורבן.
דער פֿאַקט, וואָס קלינטאָן באַרימט זיך מיט דער אינדאָרסירונג פֿון הענרי קיסינדזשער, איז ניט קיין חידוש, ווען מע באַקענט זיך מיט איר אויסערן־פּאָליטיק. דער חידוש באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס סאַנדערס אַטאַקירט זי טאַקע דערפֿאַר, ווײַל אַלע האָבן געמיינט, אַז ער וואָלט געטאָן אַלץ מעגלעכס, כּדי צו רעדן וואָס ווייניקער וועגן דער אויסערן־פּאָליטיק. אויב סאַנדערס קען טאַקע עפֿעקטיוו אַטאַקירן קלינטאָן וועגן איר אויסערן־פּאָליטיק, וועט ער זיכער געווינען די נאָמינאַציע. דאָס איז אָבער זייער שווער זיך פֿאָרצושטעלן. אַפֿילו אַז מע איז ניט מסכּים מיט קלינטאָנס פֿילאָסאָפֿיע, קען יעדער איינער קלאָר זען, אַז זי ווייסט אַ סך מער ווי סאַנדערס וועגן דעם, און האָט דערצו אַ סך מער דערפֿאַרונג.
ווי דער מצבֿ געפֿינט זיך איצט, איז עס בכלל אוממעגלעך צו זאָגן נבֿואת אויף דעם, וואָס ס׳וועט זײַן. פֿון דעסטוועגנס, זעט מען שוין הײַנט, אַז צוליבן מאָדנעם פּאָליטישן גײַסט אין לאַנד, וועלן אין גיכן קומען אינטערעסאַנטע, אָבער קאָמפּליצירטע צײַטן, אין וועלכן ס׳איז שווער צו געפֿינען גוטע ברירות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.