דעם 10טן פֿעברואַר זענען אויף דער וועבזײַט //chabad.org פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינטערעסאַנטע דאָקומענטן פֿון דער קאָרעספּאָנדענץ צווישן דעם ליובאַוויטשער רבין און בערני סאַנדערס, דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטישער פּרעזידענט־קאַנדידאַט.
אינעם יאָר 1978 האָט דער אַמעריאַנער קאָנגרעס אָנערקענט דעם 11טן טאָג אינעם ייִדישן חודש ניסן ווי דעם יערלעכן „טאָג פֿון בילדונג‟, לכּבֿוד דער טעטיקייט פֿונעם ליובאַוויטשער רבי, וועלכער האָט געעפֿנט אַ נעץ „בתּי־חב״ד‟, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן רוחניותדיקע ווערטן צווישן ייִדן און נישט־ייִדן. דער פּרעזידענט דזשימי קאַרטער האָט דעמאָלט אײַנגעפֿירט דעם נײַעם אָנדענק־טאָג און באַדאַנקט די ליובאַוויטשער חסידים פֿאַר זייער טעטיקייט אינעם לאַנד.
די שפּעטערדיקע פּרעזידענטן האָבן אין זייערע אָפֿיציעלע פּראָקלאַמאַציעס ווײַטער באַטאָנט די וויכטיקייט פֿונעם דאָזיקן טאָג. למשל, באַראַק אָבאַמאַ האָט אינעם יאָר 2009 דערקלערט, אַז הרבֿ מנחם־מענדל שניאורסאָן, דער ליובאַוויטשער רבי, איז געווען צווישן די איינציקע זעלטענע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן מיט אַזאַ דערפֿאָלג געשטעלט דעם טראָפּ אויף בילדונג און גוטע מידות.
דעם 12טן אַפּריל, 1983, האָט בערני סאַנדערס, וועלכער האָט דעמאָלט געדינט ווי דער מעיאָר פֿון דער שטאָט בערלינגטאָן, שטאַט ווערמאָנט, אָפֿיציעל אָנערקענט „יוד־אַלף ניסן‟, ווי ער טראַנסקריבירט די דאָזיקע דאַטע מיט ענגלישע אותיות, ווי דעם אָפֿיציעלן בילדונג־טאָג אין זײַן שטאָט. דער מעיאָר האָט באַדאַנקט דעם ליובאַוויטשער רבין פֿאַר „דעמאָקראַטיזאַציע פֿון בילדונג‟ און „אומדערמידלעכער טעטיקייט‟ לטובֿת קינדער, פֿרויען, זקנים און אָרעמע־לײַט. דער בריוו מיטן אָפֿיציעלן שטעמפּל פֿונעם מעיאָרס ביוראָ געפֿינט זיך איצט אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ווערמאָנט־אוניווערסיטעט.
אינגיכן נאָך דעם, ל״ג־בעומר, האָט דער ליובאַוויטשער רבי באַדאַנקט סאַנדערסן פֿאַר דער דאָזיקער איניציאַטיוו און געגעבן אים אַ ברכה, ווינטשדיק הצלחה אין זײַן „וויכטיקער און אַחריותדיקער פּאָזיציע‟, בגשמיות און ברוחניות. מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין 1985, האָט סאַנדערס אונטערגעשריבן אַ צווייטן בריוו, איבערחזרנדיק פּונקט די זעלבע ווערטער און דערקלערנדיק דעם 11טן ניסן ווידער ווי דעם „בילדונג־טאָג‟.
מיט עטלעכע חדשים שפּעטער נאָכן ערשטן דערמאָנטן בריוו, אויפֿן צווייטן טאָג פֿון חנוכּה, האָבן די ליובאַוויטשער אויפֿגעשטעלט אַ מנורה בײַם בערלינגטאָנער מוניציפּאַליטעט־בנין. סאַנדערס איז דעמאָלט אַרויסגעקומען פֿון זײַן ביוראָ, אָנגעטאָן אַ יאַרמלקע, געזאָגט די ברכה און אָנגעצונדן די ליכט. די עדות האָבן באַמערקט, אַז דער מעיאָר קאָן גאַנץ גוט לייענען לשון־קודש.
מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, האָבן די ליובאַוויטשער געבעטן אויפֿצושטעלן אַ ריזיקן 16־פֿוסיקן חנוכּה־לאָמפּ אויפֿן זעלבן אָרט. סאַנדערס האָט עס גוטגעהייסן; דאָס מאָל, האָבן די חב״דניקעס אים געבעטן אָנצוצינדן אַלע אַכט ליכט. דער „אַמעריקאַנער פֿאַראיין פֿאַר בירגערלעכע רעכט‟ (ACLU) האָט זיך אַרײַנגעמישט מיט דער טענה, אַז אַ רעליגיעזע צערעמאָניע בײַם רעגירונג־בנין קומט אין סתּירה מיט דער צעטיילונג פֿון מלוכה און רעליגיע. צום סוף, האָבן די רעגירונג־אינסטאַנץ פֿאַרטיידיקט די ליובאַוויטשער טעטיקייט, הגם מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט מען באַשלאָסן, אַז ס׳איז נישט ריכטיק אויפֿצושטעלן אַ סימבאָל פֿון בלויז איין קאָנקרעטער רעליגיע אין אַזאַ אָרט.
דער ליובאַוויטשער רבי האָט געפֿירט קאָרעספּאָנדענץ מיט טויזנטער מענטשן. זײַנע שליחים פֿאַרבינדן זיך כּסדר מיט פֿאַרשיידענע רעגירונג־באַאַמטע, דערפֿאַר איז נישט קיין חידוש, אַז סאַנדערס איז אויך געווען צווישן דעם רבינס קאָרעספּאָנדענטן.
אין דער אָפֿיציעלער רשימה פֿון די אָנדענק־דאַטעס, וואָס פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן האָבן אײַנגעפֿירט, טרעפֿן זיך גענוג ספּעציפֿישע ווייניק באַקאַנטע דאַטעס, בתוכם דער „נאַציאָנאַלער טאָג פֿון ברידער רײַט‟ און דער „פֿאָן־טאָג‟. דער „בילדונג־טאָג‟ געהערט צו דער זעלבער ווייניק באַקאַנטער קאַטעגאָריע. ס׳איז טשיקאַווע אָבער, אַז קאַרטער — נישט אַ פּאָפּולערע פֿיגור בײַ די הײַנטיקע ליובאַווישער — אָנערקענט דעם ליובאַוויטשער רבינס געבוירן־טאָג, י״א ניסן לויטן ייִדישן לוח, און האָט עס אַסאָציִיִרט מיט דעמאָקראַטיע, הגם נישט ווייניק הײַנטיקע חב״דניקעס זענען דווקא אַנטי־דעמאָקראַטיש געשטימט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.