ייִדישע שעפֿערישקײט — נײַע אױסטײַטשונגען

New Interpretations of Jewish Creativity in America

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 18, 2016, issue of March 04, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער ערשטער טײל גיט אַן איבערבליק פֿון דער תּקופֿה פֿאַר דער גרױסער ייִדישער אימיגראַציע פֿון רוסלאַנד סוף 19טן יאָרהונדערט. דער צװײטער, סאַמע גרױסער טײל, שילדערט פּרטימדיק די היסטאָרישע אַנטװיקלונג פֿון די דרײַ װיכטיקסטע זשאַנערס: פּראָזע, פּאָעזיע און דראַמע. דער דריטער טײל, װאָס איז כּמעט אַזױ גרױס װי דער צװײטער, באַהאַנדלט טעמאַטישע און טאָפּאָגראַפֿישע „ערטער‟ פֿון ייִדישקײט, װאָס האָבן אַ ספּעציעלן באַטײַט פֿאַרן אַמעריקאַנער ייִדישן כּוח־הדמיון, אַזעלכע װי ישׂראל, דער חורבן, װי אױך דער כּרך ניו־יאָרק.

די צװײ לעצטע, קירצערע טײלן, באַטראַכטן פֿאַרשײדנאַרטיקע חידושים, װאָס די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן אַרײַנגעבראַכט סײַ אין דער ייִדישער און סײַ אין דער אַמעריקאַנער קולטור. דאָ װערן באַהאַנדלט די אַקטועלע ענינים פֿון עפֿנטלעכן און אַקאַדעמישן אינטערעס אין אַמעריקע הײַנט־צו־טאָג: די ראַסע־פּראָבלעם, די האָמאָסעקסועלע קולטור, די ראָלע פֿון דער אינטעליגענץ אין עפֿנטלעכן לעבן. און צום שלוס באַקומט דער לײענער אַ שאַרפֿזיניקן סך־הכּל פֿון דעם ערשטן יאָרצענדליק פֿונעם 21טן יאָרהונדערט, װאָס לאָזט די געשיכטע אָפֿן פֿאַר אַ המשך.

אַ דאַנק אָט דער אָפֿענער און בײגעװדיקער סטרוקטור איז דער באַנד אַ געראָטענער אױפֿטו. ניט אַלע קאַפּיטלען זײַנען פֿונעם גלײַכן װערט, בפֿרט אַז אַ פּאָר פֿון זײ זײַנען איבערגעלאָדן מיטן שװערן טעאָרעטישן עבֿרי. אָבער דאָס פֿאַרמינערט ניט די מעלות פֿונעם גאַנצן בוך װי אַ כּלל, און די מעלות זײַנען דאָ צװײערלײיִקע. ראשית, שאַפֿט דער באַנד אַ ברײט אַלגעמײן בילד פֿון דעם ריזיקן פֿענאָמען פֿון דער ייִדישער אַמעריקאַנער ליטעראַטור, װאָס איז, װי עס באַטאָנט װירט־נשר מיט רעכט, אַ יחיד־במינו סײַ אין דער ייִדישער און סײַ אין דער אַמעריקאַנער קולטור־געשיכטע. און צװײטנס, באַקענט מען זיך מיט פֿילזײַטיקע מעטאָדאָלאָגישע און אידעיִשע פּערספּעקטיװן אױף דעם דאָזיקן פֿענאָמען. מען לערנט זיך ניט נאָר, װאָס איז אַזױנס די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע, נאָר אױך װי אַזױ מען קאָן זי פֿאַרשטײן און אױסטײַטשן.

עס איז קלאָר, אַז על־פּי־טבֿע קאָן אַזאַ מין פּראָיעקט ניט זײַן פֿולקום און אױסשעפּיק. עס בלײַבן אַספּעקטן, טעמעס, פּראָבלעמען, װאָס לאָזן זיך װײַטער פֿאָרשן אין דער טיף און אין דער ברײט; און מען קאָן האָפֿן, אַז דאָס װעט ממשיך זײַן דער נײַער דור פֿאָרשער. אַזױ, למשל, װאָלט מען געקאָנט אָפּגעבן מער אױפֿמערק דעם ענין פֿון דער היסטאָרישער ליטעראַטור און ספּעציעל באַהאַנדלען די באַציִונגען צװישן די אַמעריקאַנער ייִדן און אַנדערע תּפֿוצות, בפֿרט אין אײראָפּע און דרום–אַמעריקע. אין דער צוקונפֿט װעט מען מסתּם אױספֿירן אַזאַ מין פּראָיעקט אױף דיגיטאַלע מעדיאַ, װאָס װעט דערלאָזן מער בײגעװדיקײט און פֿאַרנעם. לעת־עתּה קאָן דער דאָזיקער באַנד דינען פֿאַר אַ מוסטער פֿונעם נײַעם צוגאַנג צו דער אַלטער פּראָבלעם פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט.