(די 2 טע זײַט פֿון 2)
וואָס האָט פֿראַנק סטעלאַ צו טאָן מיט די ידיעות פֿון פּוילן, וועט איר פֿרעגן? כאַפּט נישט. עס האָט יאָ צו טאָן מיט די ידיעות פֿון וואַרשע. די סיבה: פֿראַנק סטעלאַ איז פֿאַרבעטן געוואָרן דורכן ייִדישן מוזיי אויף אַ באַגעגעניש מיטן וואַרשעווער עולם, פֿרײַטיק, דעם 19טן פֿעברואַר. ער וועט דערציילן וועגן זײַן יוגנט אין ניו־יאָרק, וועגן זײַן אַרטיסטישן לעבנסוועג און נאָך און נאָך. ער וועט אויך לאָזן הערן, וואָס ער האַלט פֿון דער הײַנטיקער קונסט.
אָבער וואָס האָט דאָס אַלץ צו טאָן מיט אונדז, פּוילישע ייִדן? איז אַזוי. די פּוילישע הילצערנע שילן האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף סטעלאַס שעפֿערישער אַרבעט, דערציילט מען אונדז. וועט ער אויך רעדן וועגן דעם.
צײַט צו זאָגן קדיש. אויף וועמען? אויף ZOOM, די פּוילישע ייִדישע סטודענטישע אָרגאַניזאַציע, וואָס לאָזט אונדז וויסן, אַז זי הערט אויף צו עקזיסטירן. קיין סך ייִדישע סטודענטן זענען אין פּוילן ניטאָ. פֿון דעסטוועגן, האָט דער „זום‟ אָרגאַניזירט אַ ריי טשיקאַווע אונטערנעמונגען. פּסח האָבן די זומניקעס, למשל, געפּראַוועט דעם סדר אין איינעם. זיי האָבן געפֿײַערט פּורים, חנוכּה וכדומה.
זיי האָבן אויך אָרגאַניזירט אַ קיבוץ אין יאַזדאָוו, אַ גרינער קוואַרטאַל פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט, וווּ עס האָט עקזיסטירט אַ כּמו־קיבוץ אין די 20קער יאָרן, ווען ייִדישע בחורים און מיידלעך האָבן דאָרטן געמאַכט „הכשרה‟, דהײַנו, זיך צוגעגרייט אויף זייער עליה קיין ארץ־ישׂראל. דער ציל איז דעמאָלט געווען צו מאַכן פֿון זיי פּראָדוקטיווע פּויערים.
די הײַנטיקע זומניקעס האָבן אויך פֿאַרבראַכט די זומער־חדשים אין די הילצערנע הײַזער פֿון יאַזדאָוו און זיך געלערנט כּל־המינים מלאכות — פֿון סטאָלערײַ ביז גערטנערײַ.
אפֿשר דאַרף איצט די „הלל‟־אָרגאַניזאַציע געבן אַ טראַכט וועגן עפֿענען אַ צווײַג אין וואַרשע, אַ היים פֿאַר ייִדישע סטודענטן אַנשטאָט דעם „זום‟, עליו־השלום?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.