זינט 2010, ווען טערקײַ האָט איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל צוליב דעם אינצידענט מיט דער שיף „מאַרמאַראַ‟, זעט אויס, סוף־כּל־סוף, ווי די צוויי לענדער וועלן די באַציִונגען באַנײַען.
אין דעצעמבער 2015 האָבן ביידע צדדים אָנגעהויבן פֿאַרהאַנדלונגען, און די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט אַ דעלעגאַציע פֿון דער „פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ פֿון די הויפּט אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟ זיך געטראָפֿן מיטן טערקישן פּרעזידענט, רעטשעפּ טאַיִב ערדאָהאַן.
עס זענען דאָ עטלעכע סיבות פֿאַר וואָס טערקײַ וויל באַנײַען באַציִונגען מיט ישׂראל. ערשטנס, האָט דער סירישער בירגערקריג געשאַפֿן אַ ריזיקן קריזיס פֿאַר טערקײַ — דער עיקר, ווײַל עס האָט פֿאַרשטאַרקט איר יאָרן־לאַנגן קאָנפֿליקט מיט אירע קורדישע בירגער, און דערבײַ אַרויסגערופֿן בײַ זיי די באַשולדיקונג, אַז טערקײַ שטיצט „אײַסיס‟, וואָס באַקעמפֿט הײַנט די קורדישע כּוחות אין איראַק. טערקײַ האָט אויך במשך פֿון די לעצטע יאָרן אַרײַנגענומען בערך צוויי מיליאָן סירישע פּליטים, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון דער מלחמה אין סיריע.
טערקײַס באַציִונגען מיט עגיפּטן זענען אויך געוואָרן מער אָנגעשטרענגט, ווײַל טערקײַ שטיצט „כאַמאַס‟ און אויך די „מוסולמענישע ברודערשאַפֿט‟, וואָס איז איצט פֿאַרווערט אין עגיפּטן. דערצו איז רוסלאַנד אויפֿגעבראַכט געוואָרן נאָך דעם ווי טערקײַ האָט אַראָפּגעשאָסן אַ רוסישן עראָפּלאַן אין נאָוועמבער. ווען ערדאָהאַן וואָלט באַנײַט די באַציִונגען מיט ישׂראל, וואָלט עס אים געגעבן אַ זעלטענעם נצחון אינעם ראַיאָן.
ישׂראל, פֿון איר זײַט, האָט אַן עקאָנאָמישן אינטערעס צו באַנײַען די באַציִונגען. שוין חדשים לאַנג, אַז דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו פּרוּווט דורכצופֿירן אַ קאָנטראָווערסאַלע פּראָגראַם, וואָס דערלויבט צו בויערן אין די ריזיקע ישׂראלדיקע גאַז־פֿעלדער אינעם מיטלענדישן ים. נתניהו זאָגט, אַז אַזאַ אָפּעראַציע איז נייטיק פֿאַר ישׂראלס נאַציאָנאַלער זיכערהייט. אַן אָפּמאַך מיט טערקײַ וואָלט געקאָנט פֿאַרוואַנדלען טערקײַ נישט בלויז אין אַן אַליִיִרטן, נאָר אויך אין אַ גרויסן קאָנסומענט פֿונעם ישׂראלדיקן נאַטירלעכן גאַז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.