סוף־כּל־סוף, האָט די רעגירונג פֿונעם שטעטל בלומינגבורג, שטאַט ניו־יאָרק, באַשלאָסן, אַז אויף די קומענדיקע וואַלן וועט מען באַזאָרגן די וויילער מיט די נייטיקע מאַטעריאַלן אויף עלנגיש און אויף ייִדיש. די מוניציפּאַליטעט קלײַבט זיך אויך אײַנצושטעלן אַ פֿעדעראַלן באַאַמטן, כּדי צו מאַכן זיכער, אַז די ייִדיש־רעדנדיקער תּושבֿים פֿונעם שטעטל פֿאַרשטיין קלאָר דעם וואַלן־פּראָצעס.
שעריל מאַק׳קאָסלאַנד, די נײַע פּראָקוראָרין פֿון דער סיליווען־קאַונטי האָט איבערגעגעבן, אַז ביזן 15טן מאַרץ, ווען אינעם שטעטל וועט מען אויסקלײַבן די אָרטיקע באַאַמטע, וועט מען נישט באַווײַזן צו פֿאַרווירקלעכן דעם נײַעם פּלאַן. ביז אַפּריל וועט אָבער די מוניציפּאַליטעט מוזן צוגרייטן די ייִדישע מאַטעריאַלן צו די קומענדיקע וואַלן. מאַק׳קאָסלאַנד האָט צוגעגעבן, אַז די וואָך וועט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם שטעטל צונויפֿשטעלן די רשימה פֿון מעגלעכע פֿעדעראַלע באַאַמטע, וואָס זאָלן קאָנטראָלירן דעם וואַלן־פּראָצעס; די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן פֿון דער סיליווען־קאַונטי וועלן מוזן דערפֿאַר באַצאָלן, ווי אויך פֿאַר די הוצאות פֿון די איבערזעצער און גראַפֿיקער, וואָס דאַרפֿן צופּאַסן די וואַלן־מאַטעריאַלן צו אַ שפּראַך, וואָס שרײַבט זיך פֿון רעכטס אויף לינקס.
טאָם קאָנאָלי, אַ וואָרטזאָגער פֿונעם ניו־יאָרקער שטאַט־ראַט פֿון וואַלן־ענינים, האָט דערקלערט, אַז בלומינגבורג וועט ווערן, מסתּמא, דער איינציקער ראַיאָן אינעם שטאַט, אויב נישט אינעם גאַנצן לאַנד, וווּ די וויילער וועלן באַקומען אָפֿיציעלע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש. אַפֿילו אין דער אָראַנדזש־קאַונטי, וווּ עס וווינען איבער 20 טויזנט סאַטמאַרער חסידים און וווּ עס געפֿינט זיך דאָס באַקאַנטע ייִדיש־רעדנדיקע שטעטל קרית־יואל, האָבן נישט די תּושבֿים אַזאַ פּריווילעגיע.
אין די לעצטע יאָרן, זענען אין בלומינגבורג פֿאָרגעקומען שטורמישע דעמאָגראַפֿישע בײַטן. לכתּחילה איז עס געווען אַ פּיצל־קליין שטעטעלע, וווּ בלויז 420 מענטשן האָבן געוווינט אין אַלטע הײַזער און אָנגעפֿירט מיט קליינע פֿאַרם־ווירטשאַפֿטן. פּלוצעם, האָט איינער אַ ייִד, שלום לאַם, אײַנגעקויפֿט דאָרטן אַ גרויסן שטח ערד און אָנגעהויבן עס פֿאַרוואַנדלען אין אַ געדיכט־באַזעצטער חסידישער געגנט. אין ברוקלין האָבן זיך באַוויזן רעקלאַמעס אויף ייִדיש, וואָס רופֿן די חסידים אַוועקצופֿאָרן אינעם נײַעם גרינעם שטעטל.
בלומינגבורג געפֿינט זיך לעבן די קוראָרט־ערטער און נישט ווײַט פֿון קרית־יואל, וווּ עס וווינען מער ווי 20,000 ייִדיש־רעדנדיקע חסידים. אין דער אָראַנדזש־קאַונטי, וווּ קרית־יואל שטייט, האָבן אָבער נישט די ייִדיש־רעדער קיין ספּעציעלע וואַלן־פּריווילעגיעס, ווײַל זייער פּראָצענט דערגרייכט נישט אַזאַ מדרגה, ווי אין בלומינגבורג.
אַ טייל אַלטע אײַנוווינער און די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע זענען, פֿון זייער צד, אומצופֿרידן מיטן אומגעריכטן מבול פֿון חסידישע אײַנוווינער, און האָבן אָנגעקלאָגט אין געריכט קעגן דעם חסידישן פּראָיעקט פֿון געדיכטער מאַסן־בויערײַ, טענהדיק, אַז ער איז פֿאַרבונדן מיט שווינדלערײַ און קאָרופּציע. אין אַ טייל פֿאַלן, האָבן די סיכסוכים אָנגענומען אַן אַנטיסעמיטישן כאַראַקטער. לאַם האָט אויף דעם געענטפֿערט מיט זײַן אייגענעם געריכט־אָנקלאָג קעגן דעם שטעטל.
אין מאַרץ 2015, האָט אַ גרופּע חסידים באַשולידקט דעם בלומינגבורגער וואַלן־ראַט אין רעליגיעזער דיסקרימינאַציע; זיי האָבן געטענהט, אַז מע האָט זיי נישט געלאָזט זיך צו רעגיסטרירן ווי וויילער. די מוניציפּאַליטעט האָט אָפּגעוואָרפֿן די באַשולדיקונג און איצט באַשלאָסן צו לייזן די פּראָבלעם. עס באַקומט זיך, אַז, נישט געקוקט אויף די אומפֿרידלעכע אומשטאַנדן פֿון דער מעשׂה, ווערט ייִדיש אַ טייל פֿון דער ניו־יאָרקער וואַלן־פּאָליטיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.