„איך וועל נישט האַסן‟

"I Shall Not Hate"

דער רעזשיסאָר און באַאַרבעטער שי פּיטאָווסקי אין תּל־אָבֿיבֿ
דער רעזשיסאָר און באַאַרבעטער שי פּיטאָווסקי אין תּל־אָבֿיבֿ

פֿון עדי מהלאל

Published February 21, 2016, issue of March 18, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַבולייש איז פּשוט נישט קיין אַבי ווער; ער איז אַן אָבסטעטריקער אַ ספּעציאַליסט, מיט אַ שם און אַ דיפּלאָם, וואָס האָט געאַרבעט אין משך פֿון לאַנגע יאָרן אין די ישׂראל־שפּיטאָלן. ער קען פֿליסיק העברעיִש, האָט חבֿרים אין די הויכע פּאָזיציעס, אַרײַנגערעכנט די מעדיאַ, און האָט געקענט אין דער אמתדיקער צײַט טעלעפֿאָנירן דעם ישׂראלדיקן טעלעוויזיע־קאָרעספּאָנדענט שלומי אלדר, כּדי אים צו באַריכטן וועגן זײַנע שווערסטע מאָמענטן (וועגן דעם האָט אלדר געשאַפֿן דעם דאָקומענטאַר „אַ טײַער לעבן‟). אַפֿילו פֿאַר די בדרך־כּלל דערפֿאָלגרײַכע ישׂראל־פּראָפּאַגאַנדיסטן, איז אין דעם פֿאַל געווען אוממעגלעך צו באַצייכענען אַבוליישן ווי אַ „טעראָריסט‟.

צו דער גרעסטער איראָניע האָט אַבולייש אַפֿילו פֿאָטאָגראַפֿיעס, וווּ מע זעט אים לעבן אהוד ברק און אהוד אָלמערט — די צוויי אהודים, וואָס האָבן קאָמאַנדעוועט בעת דער עזה־אָפּעראַציע.

דער רעזשיסאָר שי פּיטאָווסקי און אַבולייש האָבן באַאַרבעט זײַן ענגליש בוך אויף אַ צוויי־שפּראַכיקער פּיעסע (העברעיִש און אַראַביש). דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער אַקטיאָר כאַסאַן אַבאַס שפּילט דאָ די איינציקע ראָלע.

אין גאַנג פֿון די ערשטע צוויי טיילן דערציילט אַבאַס (אַבולייש) אין דער פּיעסע אַנעקדאָטן פֿון אַבוליישעס לעבן; ווי ער פֿלעגט הערן פֿונעם טאַטן געשיכטעס וועגן זייער אַמאָליקער היים אין נגבֿ, וווּ איצטער שטייט אַריאל שרונס פֿאַרם; וועגן דער אָרעמקייט אין דעם פּליטים־לאַגער, וואָס האָט אים באַצוווּנגען צו נעמען אַרבעטן ווי אַ קליין קינד פֿון זיבן יאָר, נישט געקוקט דערויף, וואָס ער האָט זיך אויסגעצייכנט אין זײַנע לימודים. ער דערציילט הומאָריסטישע געשיכטעס פֿון זײַנע ערשטע באַגעגענישן מיט ייִדן, אַרבעטנדיק ווי אַ ייִנגל אויף אַ פֿאַרם פֿון אַ ייִדישער משפּחה, וווּ ער האָט צום ערשטן מאָל דערפֿילט דעם „מאָדנעם טעם‟ פֿון ייִדישע מאכלים, בפֿרט פֿון געפֿילטע פֿיש.

ער דערציילט ווי ער האָט קעגן אַלע שאַנסן באַקומען די זעלטענע סטיפּענדיע צו שטודירן מעדיצין אין קאַיִר, צו אַרבעטן אין אַ באר־שבֿער שפּיטאָל, און צו ספּעציאַליזירן זיך אין האַרוואַרד. זײַן גאַנץ לעבן האָט ער געחלומט צו קענען בויען אַ נײַע היים פֿאַר זײַן משפּחה, אַנשטאָט זײַן טאַטעס הויז אינעם לאַגער, וואָס די ישׂראל־כּוחות האָבן געהאַט צעשמעטערט, צוזאַמען מיט צענדליקער אַנדערע הײַזער לעבן דער גרענעץ, כּדי צו שאַפֿן אַ זיכערקייט־פּאַס.

דער לעצטער טייל פֿון דער פּיעסע באַשעפֿטיקט זיך מיט דער עזה־אָפּעראַציע, און דערציילט אויך וועגן דער נײַער היים, אויפֿגעבויט נאָך אַזוי פֿיל יאָרן פֿון שווערער אַרבעט, און וואָס איז באָמבאַרדירט געוואָרן. און דאָך, נאָך די אַלע אָנשיקענישן, נעמט אַבולייש אַ פֿעסטן באַשלוס נישט צו האַסן זײַנע ייִדישע שכנים. דער האַס איז אַ שווערע קראַנקהייט, וואָס מע „דאַרף זי פֿאַרהיילן, זיך נישט זיך נאָכגעבן איר‟, זאָגט ער.

„איך וועל נישט האַסן‟ איז אַן אייגנאַרטיקע טעאַטער־געשעעניש. אַבאַס, מיט סענסעטיווקייט און הומאָר, גיט זייער פּינקטלעך איבער אַבוליישעס האַרץ־רײַסנדיקע און אינספּירירנדיקע געשיכטע. די לאַנגע מאָנאָלאָגן גיסן זיך נאַטירלעך איבער פֿון אַראַביש אין העברעיִש, און פֿון העברעיִש אין אַראַביש. קיינער קען נישט בלײַבן גלײַכגילטיק צו זײַן אָנווענדונג צו דער מענטשלעכקייט און צו יעדן פֿון אונדז באַזונדער. די פֿאָרשטעלונג האָט געשפּילט ביזן 14טן פֿעברואַר אין „מאָזאַיִק‟־טעאַטער, און האָפֿנטלעך, וועט מע זי נאָך פֿאָרשטעלן אין אַנדערע שטעט.