איך וואָרן דעם חשובֿן לייענער, ער זאָל בעסער לייענען עפּעס אַנדערש, אַנישט וועט ער שפּעטער חרטה האָבן. אמת, ניט שטאַרק־שטאַרק חרטה האָבן, נאָר אַ מילדן, מיטלמאָסיקן מין חרטה — אַזאַ ווי ווען מע כאַפּט זיך, אַז מע האָט, ניט־טראַכטנדיק, געפּטרט פֿערציק מינוט אויף „פֿייסבוק‟ און גאָרניט אויפֿגעטאָן: בסך־הכּל, האָט מען זיך דערנעענטערט פֿערציק מינוט נעענטער צום טויט, אָבער ס׳איז נישט קיין גרויס אומגליק. ווײַל ווי שלעכט קען אַ אַרטיקל טאַקע זײַן? ס׳איז פֿאָרט בלויז אַ פּשוטער אַרטיקל און ניט קיין מכּת־בכורות.
איך פֿרעג אײַך: עס פֿעלט אײַך וואָס צו טאָן, אַז איר מוזט זיך דווקא נעמען צו מײַנע זאַכן? אויב אַזוי, איז טאַקע ביטער אויף דער וועלט. און דער מצבֿ איז באמת ביטער, ווײַל ס׳איז דאָ צו פֿיל וואָס צו לייענען — ממש משוגע צו ווערן. די אינטערנעץ האָט דערמעגלעכט אַזאַ אויפֿברויז, בעסער געזאָגט: וווּלקאַן־אויסבראָך פֿון גראַפֿאָמאַניע, אַז דער פּשוטער לייענער איז פֿאַרפֿלייצט געוואָרן פֿון פֿײַערדיקע טײַכן פּוסטע רייד. הײַנט איז אוממעגלעך צו וויסן, וואָס איז כּדאַי צו לייענען און וואָס ניט.
די איצטיקע אינפֿאָרמאַציע־רעוואָלוציע קען מען בלויז פֿאַרגלײַכן מיט די גרעסטע אויפֿטוען פֿון דער מענטשהייט: די דערפֿינדונג פֿונעם אַלף־בית בײַ די אַלטע פֿיניקיִער און די דערפֿינדונג פֿונעם ביכערדרוק דורך יאָהאָנעס גוטענבערג. אָבער בשעת דער אַלף־בית האָט דערמעגלעכט צו מאַכן הונדערטער קאָפּיעס און דער ביכערדרוק — טויזנטער, מאַכט די אינטערנעץ מיליאָנען און ביליאָנען. יעדן טאָג לאָדט מען אַרויף אויף „יוטיוב‟ פֿיר מיליאָן שעה מיט נײַע ווידעאָס; אויף „טוויטער‟ שרײַבט מען 500 מיליאָן פֿרישע „טוויטס‟, אויף „פֿייסבוק‟ — איבער פֿיר ביליאָן מעלדונגען. די ענגלישע „וויקיפּעדיע‟ אַליין נעמט אַרום איבער פֿינף מיליאָן אַרטיקלען און דרײַ ביליאָן ווערטער, דאָס הייסט, אַן ערך 4,400 מאָל אַזוי פֿיל ווי אין די געזאַמלטע ווערק פֿון שעקספּיר. כּדי איבערצולייענען די גאַנצע ענגלישע „וויקיפּעדיע‟, וואָלט געדויערט כּמעט 170 טויזנט שעה — צוואַנציק יאָר.
אָבער דאָס לעבן איז קורץ און ווער האָט צוואַנציק יאָר צו לייענען וויקיפּעדיע? ס׳איז גענוג שווער צו באַשליסן, אויף וואָס מיר זאָלן פּטרן אונדזער ביסעלע יאָרן ביז דער מלאך־המוות וועט געבן אַ קלאַפּ אין טיר. דעריבער האַלט איך, אַז איך האָב אײַך, חשובֿער לייענער, באמת געטאָן אַן עוולה מיט דעם, וואָס איך האָב בײַ אײַך געפּועלט צו לייענען דעם דאָזיקן אַרטיקל מײַנעם (כאָטש איך האָב אײַך בפֿירוש געוואָרנט). זײַט מיר מוחל! איר זײַט נאָך יונג (פֿאַר אַ ייִדיש־רעדער), אָדער אַפֿילו אויב איר זײַט אַלט ווי אַ וואַלד, האָט איר זיכער בעסערע זאַכן צו טאָן: גייט אין דרויסן, האָט פֿונעם לעבן, שמעקט אַ ביסל פֿרישע לופֿט, כּל־זמן איר דאַרפֿט נאָך ניט קיין מאַשין צו אָטעמען.
אָבער אַזוי ווי איר זײַט שוין אַרײַנגעפֿאַלן, נעבעך, — איר האַלט דאָך אין מיטן — וויל איך אײַך פֿאַרגיטיקן פֿאַר די ליידיקע מינוטן, וואָס איר פֿאַרברענגט מיט מיר, און איך וועל אײַך דערציילן צוויי סודות: דער בעסטער אַרטיקל איז דער, וואָס מע לייענט ניט, און די בעסטע טעמע איז די, וואָס איז ניטאָ.
וועגן דעם ערשטן פּונקט האָב איך אײַך מסתּמא נאָך ניט איבערגערעדט, ווײַל איך זע, אַז איר לייענט דאָ ווײַטער… אָבער מיט דער צײַט וועט איר אם־ירצה־השם אײַנזען, אַז איך בין גערעכט. וועגן דעם צווייטן פּונקט איז שווערער, ווײַל — וואָס הייסט שרײַבן אָן אַ טעמע? ווי קען מען לייענען עפּעס, וואָס האָט ניט קיין תּוכן? איך האַלט, אַז דער לייענער איז פֿאַרפֿירט געוואָרן פֿון די עטלעכע אַרטיקלען, וואָס האָבן בײַ אים נושׂא־חן געווען און זײַנען יאָ געווען וועגן עפּעס. אַ ריינער צופֿאַל, זאָג איך. בדרך־כּלל, איז פֿאַרקערט: די אַרטיקלען אָן אַ טעמע וועלן אים בעסער געפֿעלן ווערן.
דער אמת איז, אַז אַ טעמע לייגט זיך אַרויף אויף אַן שרײַבער ווי אַ שווערער הויקער. עס מאַכט אַלצדינג שווערער און שטערט די שעפֿערישע כּוחות זיך צו צעשפּילן. ווי קען מען שרײַבן פֿרײַ, ווען עס דאַרף זײַן וועגן עפּעס? די הענט זײַנען געבונדן און דער שרײַבער קריכט פּאַמעלעך ווי אַן אַרעסטאַנט איבער דעם איינציקן שמאָלן וועג, וואָס איז אים דערלויבט.
אָבער ווען מען נעמט אַוועק דאָס „עפּעס‟, וואָס שטעקט בײַם שרײַבער ווי אַ ביין אין האַלדז, שליסט מען אויף די קייטן און זײַן וועג איז אָפֿן פֿאַר כּל־מיני שפּילערישע סורפּריזן. דווקא די דאָזיקע סורפּריזן פֿאַרשאַפֿן דעם לייענער פֿאַרגעניגן, וואָס בלויז צוליב דעם איז באמת כּדאַי עפּעס צו לייענען. אַזוי דערקלערט זיך דער מאָדנער פֿאַקט, אַז דער לייענער האָט הנאה געהאַט פֿון דעם דאָזיקן שרײַבעכץ מײַנעם; איבערגעלייענט עס אַפֿילו ביזן סוף — און ניט געפּטרט קיין איין מינוט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.