(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַזוי צי אַזוי, אָבער מע האַלט (אַפֿילו אויב עס שפּיגלט ניט אָפּ די רעאַלקייט), אַז דווקא די עטלעכע רײַכסטע אָליגאַרכן האָבן אין דעם לעצטן מאָמענט, דורך געקויפֿטע דעפּוטאַטן, ניט דערלאָזט דעם פּאַרלאַמענט (ראַדע) אָנצונעמען דעם באַשלוס צו בײַטן די רעגירונג. די גאַנצע מעשׂה האָט טאַקע אויסגעזען זייער קאָמיש, צי טראַגי־קאָמיש. שטעלט זיך פֿאָר: עס גייט אַרויס דער פּרעזידענט און זאָגט, אַז ס’איז געקומען די צײַט איבערצובויען די רעגירונג אויף אַ ראַדיקאַלן אופֿן. דערנאָך נעמט אָן דער פּאַרלאַמענט אַ פֿעסטן באַשלוס, וואָס שאַצט אָפּ נעגאַטיוו די אַרבעט פֿון דער רעגירונג; און גלײַך נאָך דעם קלײַבט מען ניט אָן גענוג שטימען, כּדי טאַקע צו בײַטן די רעגירונג.
און ווידער אַ מאָל — באַרעכטיקט צי ניט באַרעכטיקט — האָט זיך צו אָט דעם עפּיזאָד צוגעטשעפּעט דער נאָמען: „אָליגאַרכישע איבערקערעניש‟. מע גלייבט, אַז דער איצטיקער פּרעמיער־מיניסטער דערלויבט די אָליגאַרכן צו פֿירן ווײַטער זייערע לינקע געשעפֿטן און, בכלל, ניט טשעפּען די קאָרומפּירטע סיסטעם, וואָס הערשט און דערשטיקט די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד. די שטימונג איז זייער אַ פּעסימיסטישע, בפֿרט נאָך, אַז איצט איז די צײַט פֿאַר אונטערציִען עפּעס אַ סך־הכּל — מיט צוויי יאָר צוריק, דעם 22סטן פֿעברואַר 2014, האָט אַן אַנדער איבערקערעניש אַרויסגעשטופּט דעם פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש.
דער סך־הכּל איז אַ טרויעריקער. אוקראַיִנע האָט פֿאַרלוירן קרים און כּמעט פֿאַרלוירן צוויי אינדוסטריעלע, געדיכט באַפֿעלקערטע געגנטן אין דרום־מיזרח פֿונעם לאַנד. טויזנטער מענטשן זײַנען אומגעקומען. אַריבער אַ מיליאָן תּושבֿים פֿון אָט די געגנטן, וווּ מע הערט ניט אויף צו שיסן, זײַנען געוואָרן פּליטים. דרײַ הונדערט טויזנט לײַט זײַנען אַוועק אין רוסלאַנד. צענדליקער טויזנטער זײַנען זיך צעלאָפֿן איבער דער גאָרער וועלט. דער ניוואָ פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן איז געוואָרן אַ סך ערגער. פֿאַרערגערט האָט זיך אויך דער קרימינעלער מצבֿ. אָן אַ שטיצע מצד דער מערבֿדיקער וועלט וואָלט שוין לאַנג געקומען אַן עקאָנאָמישער קאָלאַפּס. אַ דאַנק די אויסלענדישע געלטער, גיט זיך קוים־קוים אײַן צו האַלטן כאָטש עפּעס אַ באַלאַנס. אָבער ס’איז ניט קלאָר, ווי לאַנג קען עס אָנהאַלטן.
צום באַדויערן, בין איך געווען גערעכט, ווען מיט צוויי יאָר צוריק איז מיר ניט צום האַרצן געווען די רעוואָלוציע אין אוקראַיִנע. דאָס הייסט, אַז דער ציל — צו ווערן נענטער צו דער מערבֿדיקער וועלט — איז מיר געפֿעלן געוואָרן. אָבער דער אופֿן פֿון דורכפֿירן עס, דורך געוואַלד, ניט דורך די וואַלן, האָט אַרויסגערופֿן שלעכטע פֿאָרגעפֿילן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.