דאָס נײַע יאָר הײבט זיך אָן פֿאַר די אוניװערסיטעט־סטודענטן אין אױסטראַליע סוף פֿעברואַר. קורסן אין ייִדישע שטודיעס װערן געלײענט אין מאָנאַש־ און מעלבורן־אוניװערסיטעטן, אין מעלבורן און אין סידנעיער אוניװערסיטעט. די קורסן נעמען אַרום די טעמעס פֿון ייִדישע און העברעיִשע שפּראַכן, ייִדישע געשיכטע, חורבן, מדינת־ישׂראל און אַנדערע פֿאַר ביז גראַדויִר־סטודענטן. די גראַדויִר־סטודענטן קענען אױסװײלן צװישן קורסן אין די קאַטעדריעס פֿון ייִדישע שטודיעס, געשיכטע און ליטעראַטור.
אַ נײַע רעזאָלוציע װעגן מדינת־ישׂראל און די פּאַלעסטינער איז אָנגענומען געװאָרן אױף דער לײבאָר שטאַטישער קאָנפֿערענץ, װאָס איז ערשט פֿאָרגעקומען אין ניו־סאַוט װײלס. די רעזאָלוציע רעקאָמענדירט, אַז די מלוכה־לײט, װעלכע באַזוכן די מדינה זאָלן אױך באַזוכן דעם מערבֿ־ברעג; עפּעס װאָס איז אײַנגעאָרדנט פֿאַר אַלע, װעלכע פֿאָרן, אַ דאַנק דער ברײטהאַרציקײט פֿון אױסטראַלישע ייִדישע און ציוניסטישע אָרגאָניזאַציעס שױן פֿון לאַנג. די אָנטײלנעמער אין דער קאָנפֿערענץ זאָגן, אַז די קאָנפֿערענץ איז געװען אַ מעסיקע און האָט געלױבט די נײַע רעזאָלוציע. די פֿאָרשטײער פֿון לאָקאַלע ייִדישע און ציוניסטישע אָרגאָניזאַציעס האָבן געלױבט די רעזאָלוציע און די, װעלכע האָבן זי אָנגעשריבן.
דער פֿילאַטעליסט און פּאַטריאָט פֿון אײראָפּעיִשן פֿוסבאָל, מאַקס שטערן, איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 95 יאָר. שטערן איז געבױרן געװאָרן אין סלאָװאַקיע און האָט אָנגעהױבן פֿאַרקױפֿן מאַרקעס בעת זײַנע סטודענטישע יאָרן. אַז די נאַציס האָבן פֿאַרװערט ייִדן צו האַלטן געשעפֿטן אין זײַן הײמלאַנד, האָט ער איבערגעגעבן דאָס געשעפֿט צו אַ נישט־ייִדן, װאָס האָט אײַנגעהאַנדלט געפֿעלשטע פּאַפּירן פֿאַר אים.
דאָך, איז שטערן פֿאַרשיקט געװאָרן צו אַן אַרעבעטס־לאַגער אין 1943, און זײַן משפּחה איז דעפּאָרטירט געװאָרן קײן אױשװיץ, װוּ פֿיל פֿון זײ זײַנען אומגעקומען. שטערן האָט איבערגעלעבט דעם לאַגער אין זאַקסענהאַוזן און אַ טױטן־מאַרש, װאָס האָט געפֿירט קײן בערלין בײַם סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה.
מאַקס שטערן האָט חתונה געהאַט מיט חווה ראָזענטאַל אין 1948. אַז זײ האָבן זיך באַזעצט אין אױסטראַליע, האָט ער געעפֿנט אַ פֿילאַטעליש-געשעפֿט אין מעלבורן אין צענטער שטאָט. שטערן האָט געשריבן זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע און איז געװען טעטיק אין פֿילאַטעלישע קרײַזן, אין די ייִדישע קרײַזן און אין די קרײַזן אַרום די לאָקאַלע אײראָפּעיִשע פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿטן. אין 2010 האָט ער, צוזאַמען מיטן „ראַול װאַלענבורג צװײַג‟ פֿון בני־ברית, אַרױסגעלאָזט אַ מאַרקע אין אָנדענק פֿון ראַול װאַלענבורג, דעם שװעדישן דיפּלאַמאַט, װאָס האָט געראַטעװעט אַזױ פֿיל אונגאַרישע ייִדן פֿון די נאַציס.
שטערן פֿלעגט רעדן מיט מיטלשול־תּלמידים און תּלמידות װעגן זײַנע איבערלעבונגען יעדע װאָך בײַם מעלבורנער חורבן פֿאָרש־צענטער און מוזעום. ער האָט נאָך געשפּילט אײראָפּעיִשן פֿוסבאָל אין די 90ער יאָרן זײַנע, און איז געװען דער עלטסטער פֿאַרשריבענער שפּילער פֿון אײראָפּעיִשן פֿוסבאַל אין אױסטראַליע.
דער אױסטראַלישער צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור בײַם מאָנאַש־אוניװערסיטעט האָט פֿאַרבעטן דעם באַקאַנטן ייִדישן היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר סײַמאָן סעבאַג מאָנטעפֿיאָרע, צו באַזוכן אױסטראַליע. לכּבֿוד דעם אױסטראַלישן ייִדישן שרײַבער־פֿעסטיװאַל האָט דער פּראָפֿעסאָר אַרומגערעדט טעמעס פֿון זײַן פּרעמירט בוך, „ירושלים — די ביאָגראַפֿיע‟.
אַלע דרײַ מעלבורנער „מכּבי־אײדזשעקס‟ קריקעט־מאַנשאַפֿטן האָבן געװוּנען מאַטשן די זעלביקע סוף־װאָך, כאָטש נאָר צװײ פֿון די דרײַ װעלן מסתּמא אַרײַן אין די פֿינאַל־שפּילן פֿון זײער ליגע. „מכּבי‟ איז, װי באַװוּסט, אײנע פֿון די ייִדישע ספּאָרט־ליגעס, װעלכע האָבן זיך, צו ערשט, אָרגאָניזירט אין פֿאַר־מלחמהדיקן פּױלן. „אײדזשעקס‟ איז אַן אַלטע אױסטראַליש־ייִדישע ספּאָרט־ליגע, װאָס האָט זיך פֿאַראײניקט מיט „מכּבי‟ בײַם סוף פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.