(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן די דײַטשן פֿאַרטיליקט די ראַדזענאָווער ייִדישע קהילה. געבליבן איז אַ גרויסע שיינע שיל. די שיל האָט געדינט נאָך דער מלחמה ווי אַ מאַגאַזין פֿאַר כעמישע פֿאַרמיסטיקונג פֿאַר די אַרומיקע פּויערים. שפּעטער איז די אַמאָליקע שיל געוואָרן אַ ביבליאָטעק. הײַנט געהערט דער בנין דער אַזוי גערופֿענער פֿונדאַציע פֿאַר דער ייִדישער קולטור־ירושה, אָבער די פֿונדאַציע, אַזוי זעט עס אויס, האָט נישט קיין מיטלען צו ראַטעווען דעם בנין. די אַלטע, פּוסטע שיל נייטיקט זיך אין אַ רעמאָנט.
אַ גרופּע יונגע פּאָליאַקן פֿון ראַדזאַנאָוו וויל ראַטעווען די אַלטע שיל. זיי האַלטן, אַז די שיל קען ווערן אַ קולטור־צענטער און אויף אַזאַ אופֿן דינען די הײַנטיקע איינוווינערס פֿונעם שטעטל. זיי ווילן אויך, אַז טוריסטן זאָלן קומען און זען כאָטש איין עדות פֿונעם ייִדישן עבֿר אין דעם אָרט.
קאַראָלינאַ שימאַניאַק האָט מסתּמא אַלע מעלות — די יונגע פֿאָרשערין איז אי שיין, אי קלוג, אי פֿלײַסיק.
שימאַניאַק גיט אַרויס די טעג נאָך אַ בוך — דאָס טאָגבוך און אַנדערע כתבֿים פון רחל אויערבאַך. רחל אויערבאַך איז געווען טעטיק אינעם קולטור־לעבן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ בכלל און אין שײַכות מיט רינגעלבלומס „עונג שבת‟ בפֿרט.
זי איז אַנטלאָפֿן פֿון טרעבלינקע און האָט געקאָנט זיך באַהאַלטן אויף דער אַרישער זײַט פֿון וואַרשע, אַ דאַנק פֿאַלשע פּאַפּירן און איר סלאַווישן אויסזען.
דעם פּוילישן עולם איז זי ווייניק באַקאַנט און דערפֿאַר איז שימאַניאַקס בוך אַ וויכטיקער צוגאָב צו די, וואָס ווילן זיך באַקענען מיט דער טראַגישער געשיכטע פֿון די וואַרשעווער ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אַ דאַנק רחל אויערבאַכס מי, האָט מען נאָך דער מלחמה געזוכט און געפֿונען אַ טייל פֿון רינגעלבלומס באַהאַלטענע אַרכיוון. ס׳איז כּדאי צו דערמאָנען, אַז ממש די טעג הייבט אָן די פּראָדוצענטין נענסי ספּילבערג, די שוועסטער פֿונעם באַרימטן פֿילם רעזשיסאָר סטיווען ספּילבערג, אַ נײַעם דאָקומענטאַרן פֿילם טאַקע וועגן דעם „עונג שבת‟, און דעם רינגעלבלומס אַרכיוו אין דער וואַרשעווער געטאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.