מוסולמענישע מיידלעך זינגען אויף ייִדיש

Muslim Girls Singing in Yiddish

די פֿאָלקסזינגערין אינגע מאַנדאָס (לינקס) לערנט דאָס ליד, „וואָלט איך געהאַט כּוח‟ מיט אַ גרופּע מיידלעך פֿון דער „געטע־שיל‟: (פֿון רעכטס) סאַראַ־אַליינאַ, אַליינאַ, סולטאַן און קאַדזשאַל, אין האַמבורג, דײַטשלאַנד
Geschichtomat
די פֿאָלקסזינגערין אינגע מאַנדאָס (לינקס) לערנט דאָס ליד, „וואָלט איך געהאַט כּוח‟ מיט אַ גרופּע מיידלעך פֿון דער „געטע־שיל‟: (פֿון רעכטס) סאַראַ־אַליינאַ, אַליינאַ, סולטאַן און קאַדזשאַל, אין האַמבורג, דײַטשלאַנד

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 24, 2016, issue of March 18, 2016.

אין האַמבורג, דײַטשלאַנד, האָט אַ גרופּע 14־יאָריקע מיידלעך, ס׳רובֿ פֿון זיי — פֿון מוסולמעניש־טערקישע משפּחות — אינטערוויויִרט אַ זינגערין פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער און דערבײַ זיך אַליין אויסגעלערנט אַ ייִדיש ליד.

די אַקטיוויטעט איז אַ טייל פֿון „געשיכטאָמאַט‟ — אַ פּראָיעקט, וואָס מוטיקט יונגע לײַט פֿונעם אַכטן קלאַס אויסצופֿאָרשן אַ טעמע אין שײַכות מיט דער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן, וואָס האָבן דאָרט אַ מאָל געוווינט, און צו שאַפֿן אַ קורצן ווידעאָ וועגן דעם. קיינער פֿון די תּלמידים זענען נישט קיין ייִדישע.

זינט „געשיכטאָמאַט‟ — אַ פּראָיעקט פֿונעם „אינסטיטוט פֿאַר דער געשיכטע פֿון די דײַטשע ייִדן‟ — איז געגרינדעט געוואָרן אין 2013, האָבן זיך שוין באַטייליקט אין אים מער ווי 300 ייִנגלעך און מיידלעך אין 17 שולן, און מער ווי 60 ווידעאָס זענען פּראָדוצירט געוואָרן, האָט קאַרמען סמיאַטאַטש, די דירעקטאָרין פֿון דער פּראָגראַם, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟.

„געשיכטאָמאַט‟ באַקומט פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער האַמבורגער מוניציפּאַליטעט און דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון רײַנהאַרט פֿראַנק‟, און ווערט דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיטן „האַמבורגער סענאַט־ביוראָ‟.

פֿאַרן חורבן האָבן אין האַמבורג געוווינט בערך 19,900 ייִדן; הײַנט באַשטייט די אָרטיקע ייִדישע קהילה פֿון בלויז 3,000 נפֿשות. אין יעדער שול, וואָס באַטייליקט זיך אין „געשיכטאָמאַט‟, לאָזט מען די תּלמידים פֿונעם אַכטן קלאַס אויסקלײַבן איינע פֿון פֿינף טעמעס וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין האַמבורג. במשך פֿון אַ וואָך, אונטערן אויפֿזיכט פֿון ספּעציאַליסטן אין דער אָרטיקער געשיכטע און מעדיאַ, אינטערוויויִרן די יונגע לײַט שײַכותדיקע קולטורעלע עקספּערטן; זיי באַזוכן מוזייען און אַרכיוון, זאַמלען פֿאָטאָגראַפֿיעס און שטעלן צונויף אַ פֿילם אויף זייער טעמע. אַלע פֿילמען ווערן אַרויפֿגעלאָדן אויף דער „געשיכטאָמאַט‟־וועבזײַט, און צו־ביסלעך, ווערט געשאַפֿן אַ דיגיטאַלישע מאַפּע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין האַמבורג, פֿונעם קוקווינקל פֿון די הײַנטיקע יונגע אײַנוווינער.

מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט מען דורכגעפֿירט דעם פּראָיעקט אין דער „געטע־שול‟, אין דער געגנט האַרבורג, דרום־האַמבורג, וווּ קאַרמען האָט צום ערשטן מאָל פֿאָרגעלייגט די טעמע „ייִדישע מוזיק‟. פֿינף מיידלעך, כּמעט אַלע פֿון טערקיש־מוסולמענישע משפּחות, האָבן זיך פֿאַרשריבן אויף דעם.

די תּלמידות האָבן אינטערוויויִרט די באַקאַנטע דײַטשע זינגערין פֿון אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער, אינגע מאַנדאָס, וועלכע האָט זיי אויסגעלערנט דאָס שבת־ליד „וואָלט איך געהאַט כּוח‟. דאָס ליד האָט אָבער געהאַט איין בולטע ענדערונג. אינעם אָריגינעלן ליד, ווערט געזונגען:

וואָלט איך געהאַט כּוח
וואָלט איך געלאָפֿן אין די גאַסן
און געשריגן הויך:
שבת, הייליקער שבת!

דאָ האָבן די מיידלעך, אַנשטאָט די ווערטער „שבת הייליקער שבת‟, געזונגען „שלום, שלום, שלום!‟

אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס האָט אינגע פֿאַרביטן „שבת‟ אויף „שלום‟, האָט זי געענטפֿערט, אַז אַזוי פֿלעגט עס זינגען די באַקאַנטע ייִדישע זינגערין איידריען קופּער ז״ל, אויפֿן יערלעכן קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין וויימאַר, דײַטשלאַנד.

הגם ס׳איז אַ ביסל אַ חידוש, וואָס איידריען האָט געענדערט די ווערטער, ווען געוויינטלעך פֿלעגט זי זינגען פֿאָלקסלידער אינעם אָריגינאַל, איז פֿאַרשטענדלעך, פֿאַר וואָס זי האָט דאָס דאָזיקע ליד יאָ געביטן. „איידריענס פּובליקום האָט אַרײַנגענומען מער רודפֿי־שלום ווי שומרי־שבת,‟ האָט מײַקל וועקס, דער באַקאַנטער לעקטאָר וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, דערקלערט. „זינגען פֿון שבת וואָלט געהייסן מאַכן ׳פֿאָלק־שטיקעלעך׳; זינגען פֿון שלום, הייסט זינגען ׳תּכלית׳.‟

צוליב דעם וואָס שלום איז אַ מער אוניווערסאַלע טעמע, איז עס מסתּמא אויך געווען גרינגער פֿאַר די תּלמידות אין דער „געטע־שול‟ זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט דעם, איידער מיט אַ ליד וועגן שבת.

אינגע האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז זי האָט שטאַרק הנאה געהאַט פֿונעם אינטערוויו. „די מיידלעך זענען געווען דאָ אַ שעה לאַנג,‟ האָט זי געזאָגט. „ס׳רובֿ פֿון זייערע משפּחות קומען פֿון טערקײַ, האָב איך זיי געפֿרעגט, צי זיי האָבן זיך אַמאָל געלערנט טערקישע פֿאָלקסלידער בײַ זייערע עלטערן, און איינע אָדער צוויי האָבן געזאָגט, אַז יאָ.‟

בעת די מיידלעך האָבן פֿילמירט, האָט אינגע דערקלערט, וואָס פּינקטלעך מיינט קלעזמער־מוזיק, און געשפּילט אויסצוגן דערפֿון אויף איר קאָמפּאַקטל־שפּילער. זיי האָבן אויך געפֿרעגט די פֿאָלקסזינגערין, פֿאַר וואָס זי זינגט ייִדישע לידער, ווען זי אַליין איז נישט קיין ייִדישע.

„איך האָב זיי געענטפֿערט, אַז איך וווין אין אַן אַלט הויז, וואָס איז אַ מאָל געווען פֿול מיט ייִדישע אײַנוווינער; אַז די געגנט איז אַמאָל געווען זייער אַ ייִדישע, און אויך, אַז מײַן געוועזענער מאַן איז אַ ייִד,‟ האָט אינגע דערקלערט. „ווען איך האָב זיך אַהער אַרײַנגעצויגן, האָט נאָך אַפֿילו געוווינט דאָ אַן אַלטע פֿרוי, וואָס האָט גערעדט ייִדיש, און דאָס איז געווען איינע פֿון די סיבות, פֿאַר וואָס איך האָב געוואָלט זיך אויסלערנען ייִדישע פֿאָלקסלידער.‟

דער ווידעאָ, וואָס די מיידלעך האָבן געמאַכט איז, אַוודאי, אויף דײַטש, אָבער אַלע רעדן גענוג דײַטלעך, אַז אַ ייִדיש־קענער קאָן פֿאַרשטיין כאָטש אַ טייל דערפֿון. גייט צו 5:26 צו הערן ווי די מיידלעך זינגען „וואָלט איך געהאַט כּוח‟:

דער אַכטער קלאַס אין דער „געטע־שול‟ איז טאַקע אַ שמעלצטאָפּ פֿון פֿעלקער. די לערערין, נאַטאַליאַ וואָלגעמוט, האָט געזאָגט, אַז אַחוץ טערקײַ, שטאַמען אירע תּלמידים פֿון איראַן, אַפֿגאַניסטאַן, אַלבאַניע, לעטלאַנד, רוסלאַנד, מאַראָקאָ, טשילע און האָלאַנד. אַ העלפֿט פֿון די משפּחות זענען מוסולמענער, און אַ העלפֿט — קריסטן.

נאַטאַליע האָט געזאָגט, אַז די מיידלעך אין דער גרופּע „ייִדישע מוזיק‟ האָבן טאַקע הנאה געהאַט פֿון צוהערן זיך צו דער ייִדישער און קלעזמער־מוזיק, און פֿון מאַכן דעם פֿילם. איין מיידל האָט איר דערציילט: „מײַן מוסולמענישע משפּחה האָט מיט פֿאַרגעניגן געטאַנצט אונטער ׳קלעזמער־מוזיק׳!‟ און אַ צווייטע האָט באַמערקט, אַז „ייִדישע מוזיק איז געווען אַן אינספּיראַציע פֿאַר אונדז.‟

די איבעריקע תּלמידים אין נאַטאַליעס קלאַס האָבן במשך פֿון דער וואָך אויסגעפֿאָרשט אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער געשיכטע: איין גרופּע האָט געמאַכט אַ פֿילם וועגן דעם לעצטן רבֿ פֿון דער האַרבורגער קהילה, ר׳ אַלפֿרעד גאָרדאָן, וואָס איז דעפּאָרטירט געוואָרן און אומגעקומען אין דער לאָדזשער געטאָ. אַ צווייטע גרופּע האָט געפֿאָרשט די געשיכטע פֿונעם ייִדישן בית־עולם אין האַרבורג (עס זענען דאָ 15 בית־עולמס אין גאַנץ האַמבורג, וואָס איינער פֿון זיי ווערט נאָך באַניצט ביזן הײַנטיקן טאָג). אַנדערע האָבן שטודירט די געשיכטע פֿון דער אָרטיקער פֿירמע, „פֿיניקס־ווערק‟ [Phöenixwerke], וואָס אירע גרינדער זענען געווען צוויי ייִדישע ברידער מיטן נאָמען כּהן. די לעצטע גרופּע האָט געפֿאָרשט די געשיכטע פֿונעם „האַרבורגער מעמאָריאַל קעגן פֿאַשיזם‟.

אַלע דאָקומענטן, אינטערוויוען און ווידעאָס פֿון די תּלמידים, וואָס באַטייליקן זיך אין „געשיכטאָמאַט‟ קען מען געפֿינען אויף דער וועבזײַט: //www.geschichtomat.de.