די מענטשהײט האָט אױסגעטראַכט אַ סך שיטות צו פֿירן אַן אינטעליגענטן געשפּרעך. אײנעם איז בניחא די בריטישע שיטה: „האָ, סער אַבראַמאָװיטש, הײַנט איז גאָר נישט קײן שלעכטער שלאַקסרעגן, דערטרונקען זאָלט איר װערן, סעעעעעער….‟
און דעם צװײטן געפֿעלט די רוסישע (די ניט־נאָרמאַטיװע לעקסיק װערט באַצײכנט מיט פּינטעלעך): „האַ, ברודערל, …. ….. …… אין דר’ערד אַרײַן!!!‟ נו, װי האָבן אַמאָל געפּסקנט אונדזערע חכמים — עיר ועיר וחכמיה, יעדער טראַמװײַ האָט זײַנע אײגענע רעלסן.
אָבער װעלכער שיטה זאָלט איר נישט אָפּגעבן די בכורה, קײן אײנע פֿון זײ קען מען ניט פֿאַרגלײַכן מיט דער כינעזישער שיטה צו פֿירן אַן אינטעליגענטן דיאַלאָג, און די שיטה איז באַקאַנט איבער גאָר דער װעלט מיטן צונאָמען: „דער כינעזישער גיהנום‟ אָדער „די כינעזישע פּײַניקונג‟. ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז דער ציל פֿון דער־אָ שיטה בעתן פֿירן אַן אינטעליגענטן דיאַלאָג איז ביז גאָר אַן אינטעליגענטער — אַרױסצובאַקומען אַ פּאָזיטיװן ענטפֿער אױף אַלע פֿראַגעס, אַפֿילו אױף אַזעלכע, װעלכע דער „גרױסער אינקװיזיטאָר טאָרקװעמאַדאַ‟, יימח שמו וזכרו, האָט זיך געשעמט צו פֿרעגן: צי ביסטו זיך מודה, אַז דו האָסט פּלאַנירט אומצוברענגען אונדזער טײַערן חבֿר אָדם־הראשון? און איבערן עולם־הזה לאָזט זיך הערן אַ נעבעכדיק קול: „יאָאָאָאָאָ…‟
די כינעזישע פּײַניקונג איז, מײַנע טײַערע דאַמען און הערן, זײער אַ „הומאַניסטישע‟ שיטה צו פֿירן אַ דיאַלאָג, דהײַנו — צװײ מיטשפּרעכער זיצן אױף צװײ שטולן, אײנער אַנטקעגן דעם צװײטן. אײנער פֿון די מיטשפּרעכער באַפֿעלט (מיט אַ פֿרײַנדלעכן שמײכל) זײַנע באַהעלפֿער צובינדן דעם צװײטן מיטשפּרעכער צום שטול, און טאַקע אַזױ פֿעסט, אַז יענער זאָל נישט קענען אַ ריר טאָן מיטן קאָפּ. פֿון אױבן, עפּעס אַ מעטער איבערן קאָפּ פֿונעם צוגעבונדענעם מיטשפּרעכער פֿעסטיקט מען אײַן אַ כּלי מיט װאַסער, און פֿון איר, קאַפּעט יעדע זעקס סעקונדן אַראָפּ אַ טראָפּן װאַסער פּונקט אױף דער פּאַטעלניצע פֿונעם פֿרײַנדלעך צוגעבונדענעם מיטשפּרעכער. די מומחים זאָגן, אַז דער רעזולטאַט איז שטענדיק אַ פּאָזיטיװער, און דער עיקר — דער ערשטער מיטשמועסער, ס’הײסט דער אינטעליגענטער מיטשפּרעכער, דאַרף קײנעם ניט שלאָגן אָדער, גאָט באַהיט, סטראַשען. נײן, מע דאַרף נאָר האָבן געדולד און פֿון צײַט צו צײַט אַ שמײכל טאָן: „הײַנט איז גאָר ניט קײן שלעכטער װעטער, האַ, קאָלעגע?‟
איך פֿאַרשטײ, אַז יעדער אײנער װיל פֿאַרדינען אױף אַ שטיקל ברױט, און איך פֿאַרשטײ, אַז דער װאָס באַצאָלט די קלעזמאָרים, יענער שטעלט צונױף דעם רעפּערטואַר, אָבער אַפֿילו די כינעזער מומחים האָבן באַװיזן, אַז אײן טראָפּנדל װאַסער קען מאַכן אַ לאָך אין קאָפּ און משוגע מאַכן דעם סאַמע פֿלעגמאַטישן מענטשן. און װי אַ רעזולטאַט זעען מיר די „שװאַרצעװאַטע‟ השפּעה פֿון די מאַסן־מעדיאַ און אַפֿילו זײַנען געצװוּנגען אױסצופֿילן דאָס אױף אונדזער אײגן לײַב. אָט גיט אַ קוק… פֿון פֿינעף אין דער פֿרי הײבט אָן „קול ישׂראל‟ זײַנע אױדיציעס מיטן איבערבליק פֿון די בולטע טאָג־צײַטונגען, און אַ גאַנצע װאָך זײַנען די שרײַענדיקע טיטלען כּמעט די זעלבע און װי געשריבן אונטער אַ קאָפּיר־פּאַפּיר — אַ נײַער סעקסועלער סקאַנדאַל, אַ מאַסאָװע סעקסועלע באַלעסטיקונג, אַ גנבֿה דאָ און אַ גנבֿה דאָרטן… און עס װערט דיר נימאס און דו מאַכסט אױף אַן אַנדערן קאַנאַל מיט אַ האָפֿענונג; גאָטעניו, אפֿשר בײַ די אַנדערע, פֿון יענער זײַט ים, איז דאָ עפּעס שײנס, פּאָזיטיװס געפֿאַרבט. אַ פֿאַראַיאָריקער שנײ…
און דער פּשוטער ישׂראלדיקער בירגער הײבט אָן חושד זײַן זיך אַלײן, אַז מיר ייִדן זײַנען אַ פֿאָלק פֿון אױסװאָרפֿן, סעקסועלע מאַניאַקן און פּאַטאַלאָגישע מערדער (גאָט זאָל באַהיטן) פֿון די פּאַלעסטינער קינדער. בנאמנות, איך ציטיר אַ רעפּאָרטאַזש פֿון „אײראָניוז‟, װעלכער זעצט איבער זײַנע אױדיציעס אױף 13 שפּראַכן, אַרײַנרעכנדיק אַראַביש: „ישׂראלדיקע סאָלדאַטן האָבן דערהרגעט אַ פּאַלעסטינער קינד פֿון ירושלים‟, און מיט אַ שעה שפּעטער: „אױפֿן מיזרח־ברעג פֿון ירושלים (???), אױף די אָקופּירטע טעריטאָריעס, איז דערהרגעט געװאָרן אַ צװעלפֿיאָריקער ישׂראלדיקער בירגער‟. לױף איך שױן צו דער טעלעװיזיע און װיל װיסן װאָס איז געשען. װײַזט זיך אױס, אַז דאָס פּאַלעסטינער קינד איז 21 יאָר אַלט און אײדער ער איז נײטראַליזירט געװאָרן האָט ער געשטאָכן אױף טױט צװײ ייִדישע פֿרױען. אַ פּאַלעסטינער יאָלד פֿון 21 יאָר איז אַ קינד, און אַ ייִדיש קינד פֿון 12 יאָר איז אױס קינד, נאָר אַ „ישׂראלדיקער בירגער‟?… מײַנע צרות אױף זײערע קעפּ! ס’איז דאָך ניט אַנדערש װי אַ פּראָפּאַגאַנדע־טעראָר. אַלע אַנטיסעמיטישע צײַטונגען האַלטן אין אײן שרײַען, אַז די ייִדן האָבן אױסגעקױפֿט די גרעסטע מאַסן־מעדיאַ אױף דער װעלט, און די גאַנצע װעלט מוז טאַנצן אונטער זײער, ייִדישן דיקטאַט. און איך, אַ פּשוטער נאַיִװער בירגער האַלט אין אײן זוכן די גרױסע ייִדישע מאַגנאַטן, װעלכע האָבן געקױפֿט און פֿאַרקױפֿט די װעלט — טײַערע מאַגנאַטן, פֿאַרטײדיקט אײַערע ברידער און שװעסטער פֿונעם פּראָפּאַגאַנדע־טעראָר, פֿון דער ממש „כינעזישער פּײַניקונג‟. אַ־או, ייִדישע מאַגנאַטן…
מע קען שרײַען צו דער װאַנט און רעדן צום לעמפּל… די ייִדישע מאַגנאַטן זײַנען פּלוצעם נעלם געװאָרן אָדער בכלל קײן מאָל ניט געװען, אָבער די אַטמאָספֿער פֿון אַ פּערמאַנענטער סכּנה װערט אַלץ געדיכטער און קלעפּט זיך צו צו דער הױט.
דעם לעצטן שטורעמטאָג איז מיר אױסגעקומען צו אַרבעטן אין ירושלים אין דער רעדאַקציע פֿון The Jerusalem Report. אין דער פֿרי האָט מיך פֿון רמלה קײן ירושלים געבראַכט דער רעדאַקטאָר, אָבער שפּעט אין אָװנט האָט ער מיר באַשטעלט אַ טאַקסי, געזאָגט דעם שאָפֿער װוּהין דאַרף ער מיך ברענגען און באַצאָלט אים פֿון פֿאָרױס. פֿאָרן מיר אַזױ שטיל, װײַל דער רעגן איז גרױס. װוּהין פֿאָרן מיר? פֿרעגט מיך פּלוצעם דער שאָפֿער. קײן רמלה, ענטפֿער איך. װײסטו דעם װעג? פֿרעגט מיך װײַטער דער שאָפֿער. נײן, ענטפֿער איך. דער שאָפֿער שליסט אײַן דעם ראַדיאָ־טעלעפֿאָן און װענדט זיך צום דיספּעטשער, אַכמאַט… און אַזױ װײַטער, און צום סוף געשפּרעך באַרויִקט ער מיך: שױן, איך װײס װוהין צו פֿאָרן. פֿאָרן מיר אַרױס פֿון ירושלים, דער שאָפֿער שליסט אײַן די מוזיק, שטעלט אָפּ די מאַשין, זאָגט: װאַרט אַ רגע, באַלד קום איך; גײט אַרױס, עפֿנט אױף דעם באַגאַזשניק און פּאָרעט זיך דאָרטן אינעווייניק. נו, שױן, זאָג איך צו זיך אַלײן, זאָג װידוי. אױב ער באַפֿאַלט מיך מיט אַ מעסער אָדער מיט אַ האַק, קען איך זיך באַשיצן מיט מײַן רוקזעקל, אָבער אױב ער האָט אַ רעװאָלװער… דאַן קען מען שױן שרײַבן בריװ…
און עס איז פֿינצטער אױף דער װעלט, פּשוט חושך־מצרים, און דער רעגן גיסט, און די צײַט ציט זיך װי די סמאָלע. גאָט האָט געגעבן, עס עפֿנט זיך אױף די טיר און עס קומט אַרײַן דער שאָפֿער מיט עפּעס אַ גרױסן פּאַקעט, שטעלט אים לעבן זיך, שטעקט אַרײַן זײַן האַנט אינעװײניק און לאָזט זיך אין װעג אַרײַן. װילסט אַ באַסקוט? װענדט זיך פּלוצעם צו מיר דער שאָפֿער. װאָס? פֿרעג איך אים איבער. אַ באַסקוט… און אין דער פֿינצטער דערלאַנגט ער מיר אונטער דער נאָז אַ ביסקװיטנע פּלעצל, אַ ביסקװיט… װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?… אַז איך האָב זיך שױן דערזען אין דער הײם.
אױף מאָרגן צו, בין איך גלײַך געלאָפֿן אין אַן אַטעליע און אײַנגעראַמט דעם „באַסקוט‟ מיט אַן אָפּגעבראָכן װינקל אין אַ שײנער ראַם. שױן צװײ װאָכן װאָס דאָס ביסקװיטנע קונסטװערק הענגט בײַ מיר אױף דער װאַנט און אונטער אים האָב איך צוגעקלעפּט אַ שילדל, „אַ דענקמאָל דעם פּלעצל ’באַסקוט‘‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.