מיט 135 יאָר צוריק, דעם 1טן מאַרץ 1881, האָט אַ גרופּע טעראָריסטן דערהרגעט דעם רוסישן אימפּעראַטאָר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן. די דאַטע — דער ערשטער מאַרץ, איז לויט דעם קאַלענדאַר, וואָס מע האָט דעמאָלט געניצט אין רוסלאַנד; לויט דעם הײַנטיקן קאַלענדאַר איז עס געשען דעם 13טן מאַרץ. אַזוי צי אַזוי, האָט די טעראָריסטן, סוף־כּל־סוף, געלונגען (מע האָט עס געפּרוּווט טאָן אויך פֿריִער) צו שיקן אויף יענער וועלט דעם קייסער, וואָס איז געווען, ווי די מאָסן פֿון יענער צײַט האָבן געהאַלטן, אַ שטיקל ליבעראַל. פֿאַר די ייִדן זײַנען די יאָרן פֿון אַלעקסאַנדערס ממשלה, 1855—1881, געווען די בעסטע אין דער גאַנצער צאַרישער תּקופֿה.
אין אָט די יאָרן, האָט מען אַקטיוו געפֿירט די פּראָגראַם, וועלכע די היסטאָריקער רופֿן איצט „סעלעקטיווע אינטעגראַציע‟. דאָס האָט געהייסן, אַז די „בעסטע‟ — די רײַכסטע, ווי אויך הויך־געבילדעטע און קוואַליפֿיצירטע — ייִדן האָבן באַקומען דאָס רעכט זיך צו באַזעצן מחוץ דעם תּחום־המושבֿ. עס האָט זיך פֿאַרמאַכט דאָס טראַגישע זײַטל אין דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע, פֿאַרבונדן מיטן דינען צענדליקער יאָר אין דער אַרמיי. אין די 1860ער יאָרן איז דערלויבט געוואָרן צו דרוקן ייִדישע צײַטשריפֿטן — אויף רוסיש, העברעיִש און ייִדיש. די ייִדישע אינטעליגענץ, וואָס האָט זיך באַוויזן ווי אַ שיכט אין דער באַפֿעלקערונג, האָט געלעבט מיט האָפֿענונג אויף ווײַטערדיקע פֿאַרבעסערונגען.
אמת, עס האָבן זיך געשאַפֿן אויך נײַע שוועריקייטן. אין יאָר 1861 זײַנען פֿון לײַבקנעכטשאַפֿט, פֿאַקטיש — שקלאַפֿערײַ, באַפֿרײַט געוואָרן די פּויערים. קיין אַנטי־ייִדישע גזירה איז עס, פֿאַרשטייט זיך, ניט געווען. אָבער אַ שווערן עקאָנאָמישן קלאַפּ האָט עס אין לעצטן סך־הכּל יאָ געבראַכט, ווײַל אין די שטעט איז אויסגעוואַקסן די צאָל קריסטלעכע קאָנקורענטן, וועלכע זײַנען גרייט געווען צו אַרבעטן פֿאַר ווייניקער געלט. דערצו האָבן די קריסטן ניט געקוקט אויף בעל־מלאָכישע באַשעפֿטיקונגען ווי אויף אַ „גאָטס שטראָף‟, ווי דאָס איז געווען פֿאַרפֿירט צווישן די ייִדן. הקיצור, זײַנען אַלץ מער ייִדן פֿאַרבליבן אָן אַ פּרנסה.
ייִדישע פּרנסות זײַנען אַוועק אויך מיט דער אינדוסטריעלער אַנטוויקלונג, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין יענע יאָרן. אַ בענקל, אויסגעאַרבעט אין אַ פֿאַבריק ערגעץ, אַ שטייגער, אין וואַרשע, האָט קאָנקורירט אויפֿן מאַרק מיט אַ בענקל, אויסגעמײַסטרעוועט דורך אַ היגן האַנטווערקער. דערצו האָט מען גענומען דורכלייגן אײַזנבאַנען און דערמיט פֿאַרבינדן פֿאַבריקן מיט אַ סך שטעט פֿון דער אימפּעריע.
די עקאָנאָמישע, ווי אויך דעמאָגראַפֿישע פּראָבלעמען האָבן גענומען טרײַבן רוסישע ייִדן צו עמיגרירן. בפֿרט נאָך, אַז גראָד אין יענער צײַט האָבן ענגלאַנד און אַמעריקע געפֿאָדערט נײַע אַרבעטער, און עס האָבן זיך היפּש אויסגעבעסערט די טראַנספּאָרט־פֿאַרבינדונגען צווישן דעם אייראָפּעיִשן קאָנטינענט און אַנדערע עקן פֿון דער וועלט.
ניט בלויז ייִדן האָבן מיגרירט אין יענע יאָרן. למשל, הונדערטער טויזנטער אוקראַיִנער האָבן עס אויך געטאָן. אָבער פֿאַר זיי, די קריסטן, איז געווען אָפֿן דער ריזיקער מיזרחדיקער טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע. די זעלבע געגנטן זײַנען געווען כּמעט אין גאַנצן פֿאַרמאַכט פֿאַר די ייִדן, און זיי האָבן, נעבעך, געמוזט זיך שלעפּן אַזש אין אַן אַמעריקאַנער, אַן אַרגענטינער צי אַן אַנדערער אויסרײַסעניש.
אין דער ייִדישער מיטאָלאָגיע ווערט די עמיגראַציע, געוויינלעך, אַסאָציִיִרט ניט מיט עקאָנאָמישע פּראָבלעמען, וואָס איז געווען די ערשטע סיבה, נאָר מיט די פּאָגראָמען, וועלכע זײַנען געקומען נאָך אַלעקסאַנדער דעם צווייטנס מאָרד. דער קלאַנג האָט זיך דאָך פֿאַרשפּרייט איבער רוסלאַנד, אַז די טעראָריסטן זײַנען געווען ייִדן. אין דער אמתן, איז אין דער גרופּע, וואָס האָט דורכגעפֿירט די אַקציע, געווען בלויז איין ייִדישע פֿרוי, העסיע העלפֿמאַן; אָבער דער המון האָט געהאַלטן, אַז שולדיק זײַנען דווקא די ייִדן. אַזוי האָט זיך אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן ווערטער־אוצר באַוויזן דאָס וואָרט „פּאָגראָם‟.
אַלעקסאַנדער דעם צווייטנס זון — אויך אַלעקסאַנדער, אָבער נומער דרײַ — איז קיין ליבעראַל ניט געווען; און אַן אַנטיסעמיט איז ער געווען איינער אין דער וועלט. זײַן ממשלה איז געווען פֿול מיט אַנטי־ייִדישע גזירות. אַזוי אַז פֿון די האָפֿענונגען, וואָס די ייִדישע בעלי־חלומות האָבן געהאַט אין די פֿריִערדיקע יאָרן, איז גאָרנישט ניט פֿאַרבליבן. ווי אַ רעאַקציע אויף דער אַנטוישונג, האָט גענומען וואַקסן די צאָל ייִדישע ראַדיקאַלן.
אייניקע היסטאָריקער האַלטן, אַז דאָס יאָר 1897 איז געווען אַן אָפּקלאַנג פֿון 1881. ווי מיר געדענקען, זײַנען אין 1897 אָרגאַניזאַציאָנעל אויסגעפֿורעמט געוואָרן צוויי באַוועגונגען — די בונדיסטישע און די ציוניסטישע. און, אַגבֿ, דער „פֿאָרווערטס‟ איז אויך אַ קינד פֿון 1897, און אַ פּנים, אַן אייניקל פֿון 1897. אי אַב. קאַהאַנען, אי אַ צאָל מקורבֿים האָט מען אין יאָר 1881 אַרויסגעוואָרפֿן פֿון רוסלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.