דער זשאַנער פֿון מעלאָ־דעקלאַמאַציע איז אַ מאָל געװען פּאָפּולער אין מיזרח־אײראָפּע, אָבער הײַנט איז ער שױן כּמעט װי פֿאַרגעסן. קאָנצערטן אין פּױלישע, רומענישע, ליטװישע שטעט פֿלעגן צוציִען אַן אינטעליגענטן עולם, װאָס האָט געקענט אָפּשאַצן אי די מוזיקאַלישלײט פֿון דעם פּאָעטישן װאָרט, אי די פּאָעטישקײט פֿון דעם מוזיקאַלישן קלאַנג. אין דער ייִדישער װעלט האָט טשערנאָװיץ פֿאַרמאָגט אַ רײַכע קולטור פֿון אָט דעם דאָזיקן זשאַנער. דװקא דאָ האָט זיך אױסגעפֿורעמט דער רײַכער און פֿילזײַטיקער טאַלאַנט פֿון לײבו לעװין (1914–1983).
געבױרן אין אַ קלײן דרום־בוקאָװינער שטעטל און אויפֿגעװאַקסן אין טשענאָװיץ, איז ער אין די 1930ער יאָרן געװאָרן אַ פּאָפּולערע פֿיגור אױף דער ייִדישער בינע. אין 1941, װען דײַטשלאַנד און רומעניע האָבן באַפֿאַלן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, איז לעװין מאָביליזירט געװאָרן אין דער רױטער אַרמײ, אָבער שױן אין 1942 האָט מען אים אַרעסטירט װי אַ רומענישן „שפּיאָן‟. אין די סאָװעטישע לאַגערן און תּפֿיסות האָט ער זיך געמאַטערט פֿערצן יאָר, ביז מען האָט אים באַפֿרײַט בעת כרושטשאָװס „אָדליגע‟. ער האָט זיך באַזעצט אין מאָסקװע און האָט ממשיך געװען אױפֿצוטרעטן מיט קאָנצערטן, אָפֿט מאָל מיט זײַן װילנער קאָלעגע נחמה ליפֿשיץ. װען ער איז צום ערשטן מאָל נאָך דער מלחמה געקומען צוריק קײן טשערנאָװיץ אין 1962, האָט מען אים באַגריסט מיט אַן אָװאַציע, װאָס האָט געדױערט אַ פֿערטל שעה! אין 1972 האָט לעװין מיט זײַן משפּחה עולה געװען קײן ישׂראל, װוּ ער פֿלעגט װײַטער אױפֿטרעטן מיט קאָנצערטן און די ייִדישע ראַדיאָ־אױדיציעס פֿון „קול ישׂראל‟.
לעװין האָט איבערגעלאָזט אַרום אַכציק רעקאָרדירונגען פֿון זינגלידער און פּאָעזיע, װאָס מען האָט שױן עטלעכע מאָל רעפּראָדוצירט אין פֿאַרשידענע פּאָפּולערע פֿאָרמאַטן. איצט האָט דער צענטער פֿאַר פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער מוזיק בײַם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים אַרױסגעלאָזט די ערשטע רעפּרעזענטאַטיװע אַקאַדעמישע אױסגאַבע פֿון זײַנע װערק באַטיטלט, „װעמען װעסטו זינגען, װעמען?‟ די דאָזיקע שײנע אױסגאַבע באַשטײט פֿון אַ ביכל און אַ קאָמפּאַקלט מיט צװאַנציק זינגלידער און פּאָעמעס. דאָס ביכל נעמט אַרײַן אַ הקדמה פֿונעם רעדאַקטאָר ד״ר מיכאל לוקין, װי אױך די טעקסטן פֿון לידער אױף פֿיר שפּראַכן (ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און ענגליש).
לוקין עפֿנט זײַן אַרײַנפֿיר מיט אַ פּשוטער פֿראַגע: „װי אַזױ זאָל מען הערן די דאָזיקע לידער?‟ צװישן אונדזער הײַנט און דער צײַט פֿון לײבו לעװין, און זײַנע מיטצײַטלער ליגט אַ „קאָסמישער תּהום‟. דער הײַנטיקער צוהערער קאָן מער ניט באַגרײַפֿן די װערטער, די זשעסטן, די פּױזן און די זיפֿצן פֿון לעװינס מעלאָ־דעקלאַמאַציע. כּדי צו העלפֿן אָפּצושאַצן די אײגנאַרטיקײט פֿון לעװינס קונסט, האָט לוקין אַראַנזשירט די לידער און זײַנע דערקלערונגען לױטן ביאָגראַפֿישן סדר פֿון לעװינס לעבנס־געשיכטע.
שױן אינעם ערשטן ליד „קינדער־יאָרן‟, אויף איציק מאַנגערס װערטער, הערט מען גאַנץ בולט אײניקע כאַראַקטעריסטישע סימנים פֿון לעװינס סטיל. כּסדר האַלט ער זיך בײַם קלאָרן נאָרמאַטיװן ייִדישן אַרױסרעד, אָבער װען עס קומט צו ציטירן קינדער־גראַמען, גײט ער אַריבער אױפֿן בוקאָװינער דיאַלעקט פֿון זײַנע קינדער־יאָרן. אַזױ אַרום שאַפֿט לעװין אַ נאָסטאַלגישע דיסטאַנץ צװישן דעם „איצט‟ (ער האָט פֿאַרפֿאַסט די מוזיק צו מאַנגערס ליד אין 1973, באַלד נאָך זײַן אָנקומען קײן ישׂראל), און דער אױסגעמעקטער װעלט פֿון זײַן שטעטל. מיט זײַן מוזיק, דערװײַזט לוקין, שפּיגלט לעװין אָפּ מאַנגערס „פֿאַראײניקונג פֿון דעם, וואָס לאָזט זיך נישט פּאָרן‟ — דעם איצט און דעם אַ מאָל.
אַזױ װי מאַנגער, איז לעװין ניט געװען קײן פֿאָלקזינגער. ער האָט זיך שעפֿעריש באַנוצט מיט עלעמענטן פֿון פֿאָלקלאָרישער סטיליזאַציע װי אַ מאָדערנער קינסטלער. דאָס רובֿ מעלאָדיעס זײַנע אין דער נײַער זאַמלונג נוצן װערטער פֿון ייִדישע דיכטער מאָדערניסטן. חוץ זײַן אַמאָליקן פֿרײַנד מאַנגער, זײַנען די סאַמע נאָענטע פֿאַר אים געװען ה. לײװיק און יעקבֿ גלאַטשטײן. אין זײַן אַדאַפּטאַציע פֿון גלאַטשטײנס „ר׳ לוי יצחקס קול‟ הערט מען אָפּקלאַנגען פֿון די ניגונים פֿונעם װיזשניצער רבי, װאָס לעװין האָט אײַנגעזאַפּט װי אַ קינד. זײַן שותּפֿות מיט לײװיקן איז געװען פֿון גאָר אַן אַנדערן מין. בײדע האָבן זײ פֿאַרבראַכט יאָרן אין די רוסישע תּפֿיסות, און אַזױ אַרום באַקומט לײװיקס באַרימט ליד „אױף די װעגן סיבירער‟ זײער אַן אינטימען אָפּקלאַנג, װי אַ טײל פֿון לעװינס אײגענער ביטערער ביאָגראַפֿיע.
װי עס דערװײַזט לוקין מיט דער הילף פֿון מוזיקאָלאָגישן אַנאַליז, האָט לעװין אײַנגעזאַפּט כּלערלײ השפּעות פֿון פֿאַרשידענע טראַדיציעס, װאָס האָבן געבליט אין בוקאָװינע פֿאַרן דער מלחמה: דער ייִדישער און אוקראַיִנישער פֿאָלקלאָר, חסידישע ניגונים, די דײַטשישע און רומענישע פּאָפּולערע מוזיק און דער רוסישער „שאַנסאָן‟ פֿון אַלעקסאַנדר װערטינסקי, װאָס האָט אַ סך גאַסטראָלירט איבער רומעניע. דאָס אַלץ האָט לעװין צונױפֿגעשמאָלצן אין זײַן אײגענער קונסט, װוּ יעדעס װאָרט, יעדער קלאַנג, זשעסט און זיפֿץ, יעדע פּױזע זײַנען געװען באַלאָדן מיט מײנונג. עס איז ניטאָ קײן בעסערער װעג זיך צו דערפֿילן די אַטמאָספֿער פֿון אַמאָליקן ייִדישן טשערנאָװיץ װי צו הערן, װידער אַמאָל און אָבער אַמאָל, לעװינס פּרעכטיקע אױסזינגען און מעלאָ־דעקלאַמאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.