ווי אַ קליין מיידעלע אין מאָסקווע, האָט רות לעווין פֿאַרגעדענקט אַ בילד אויף דער וואַנט פֿון איר שטוב, אויף וועלכן צוויי מיידעלעך שפּילן זיך לעבן אַ ציג, וואָס עסט בלעטער אויף אַ קוסט. נאָכן אויספֿרעגן איר פֿאָטער, דעם זינגער און קאָמפּאָזיטאָר לייבו לעווין וועגן דעם בילד, האָט זי זיך דערוווּסט, אַז דאָס בילד הייסט „ציגעלע־מיגעלע‟, און אַז געצייכנט האָט עס דער קינסטלער איזיו שערף, איר פֿאָטערס אַ חבֿר פֿון די קינדער־יאָרן. יאָרצענדליקער שפּעטער האָט דאָס בילד פֿאַרנומען דאָס אָרט אויף דער הילע פֿון אַ נײַעם אַלבאָם ייִדישע קינדער־לידער, וואָס רות לעווין האָט געשאַפֿן. דער אַלבאָם הייסט טאַקע „ציגעלע־מיגעלע‟.
„ווי אַ קינד האָב איך ניט גערעדט ייִדיש, ווײַל די מאַמע האָט ניט געקענט די שפּראַך‟, האָט רות לעווין דערקלערט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. ווי אַ תּלמידה אין רוסלאַנד האָט זי אָבער זיך גוט אויסגעלערנט דײַטש און, אַ דאַנק איר דײַטש, רוסיש און העברעיִש, וואָס זי האָט זיך באַלד אויסגעלערנט נאָכן באַזעצן זיך אין ישׂראל, איז עס ניט געווען אַזוי שווער זיך אויסצולערנען ייִדיש. אין „בר־אילן‟ אוניווערסיטעט האָט זי, ווי אַ ייִדיש־סטודענטקע, אַמאָל גערעדט מיט לילה האָלצמאַן, די סעקרעטאַרשע פֿון דעם אָרטיקן ייִדיש־פֿאַקולטעט וועגן דעם בילד, וואָס איז אַמאָל געהאָנגען בײַ לייבו לעווין אין דער היים.
„לילה האָט מיר דערקלערט, אַז ׳ציגעלע־מיגעלע׳ קומט פֿון אַ קינדער־ליד, וואָס זי פֿלעגט זינגען אין אַ קינדער־כאָר אין איר שול פֿאַר דער מלחמה‟, האָט רות איבערגעגעבן. „ווי אַ מיידל, איז זי אַליין אַרויסגעקראָכן פֿון אַ מאַסן־גרוב, וווּ מע האָט דערשאָסן אַלע אײַנוווינער פֿונעם שטעטל.‟ האָלצמאַן האָט פֿאַר רות פֿאַרשריבן די ווערטער פֿונעם ליד „פֿרילינג איז געקומען‟ פֿון יוסף יאָפֿע און איר אויסגעלערנט דאָס ליד, וואָס הייבט זיך אָן:
„ציגעלע־מיגעלע, קאָטינקע,
בינעלעך און בלומען,
נעענטער, ליבינקע, צו מיר,
פֿרילינג איז געקומען!‟
„עפּעס איז געשען מיט מיר‟, — האָט לעווין ווײַטער דערקלערט אויפֿן טעלעפֿאָן. „איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז איך דאַרף צוריקברענגען די לידער פֿון די דערשאָסענע קינדער, ווי אויך זייערע דראַמעס און זייערע רעדנסאַרטן.‟ דער פּראָיעקט איז אָנגעגאַנגען 25 יאָר.
לעווין האָט אָנגעהויבן אויסצופֿאָרשן די ייִדישע קינדער־לידער. בײַם אָנהייב, האָט זי געזאַמלט לידער פֿון איר פֿאָטער; צווישן זיי איז געווען דאָס ליד פֿון זלמן ראָזענטאַל „ס׳איז צעבראָכן אונדזער דעכל‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם אַלבאָם, געזונגען פֿון לייבו לעווין אַליין. אַ פֿילם־רעקאָרדירונג, אין וועלכן ער זינגט דאָס ליד, קאָן מען זען אויף „יו־טוב‟:
אַנדערע לידער האָט זי זיך געלערנט בײַ נחמה ליפֿשיץ, וואָס האָט געזונגען צוזאַמען מיט איר פֿאָטער. „זיי האָבן אויפֿגעטראָטן צוזאַמען אין די סוף־1950ער יאָרן‟, האָט רות דערמאָנט. נאך דעם ווי רות איז געבוירן געוואָרן, איז נחמה ליפֿשיץ „געשטאַנען לעבן מײַן וויגעלע. אַ סך לידער וואָס זי האָט מיר געזונגען, זענען איצט אַרײַן אינעם דיסק‟.
רות לעווין האָט ווײַטער אויסגעפֿאָרשט די ייִדישע קינדער־לידער, דורכקוקנדיק פֿאַרשידענע אַנטאָלאָגיעס און מוזיקאַלישע זאַמלונגען. אַמאָל האָט זי געפֿונען נאָטן, צוזאַמען מיטן טעקסט, פֿון אַ ליד; און אַמאָל האָט זי זיך געלערנט די מוזיק פֿון רעקאָרדירונגען און מענטשן, וואָס האָבן געקענט דאָס ליד פֿון זייערע קינדעריאָרן. אין אַ פּאָר פֿאַלן האָט זי אַליין געשאַפֿן נײַע מוזיק צו באַגלייטן די ווערטער. בסך־הכּל, האָט זי אויסגעקליבן 32 לידער, וואָס זי האָט אײַנגעשלאָסן אינעם אַלבאָם. אַ פּאָר פֿון זיי, ווי מרדכי געבירטיגס „דרײַ ייִנגלעך‟, חיים־נחמן ביאַליקס „אַ נעסטעלע‟ (איבערגעזעצט פֿון שמואל צעסלער) און די פֿאָלקסלידער „אונטער יאַנקעלעס וויגעלע‟ און „פּאַטשע־קיכעלעך‟ זענען גוט באַקאַנט די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער מוזיק.
ס׳רובֿ לידער, אָבער, זענען כּמעט אין גאַנצן אומבאַקאַנט. ספּעציעל אינטערעסאַנט זענען די פֿאַרשידענע שפּיל־לידער און רעדנסאַרטן, וואָס געפֿינען זיך אויפֿן קאָמפּאַקטל. אין איין קורץ ליד, מיט וועלכן קינדער הייבן אָן די שפּיל „באַהעלטעלעך‟ (Hide and Seek) זינגט מען:
„אַ ראָד און אַ ראַנע,
אַ שטרויענע פּאַנע,
זיבן מאָל אַרום —
איך קער זיך אום!‟
אין אַן אַנדער ליד, אַ פֿינגער־שפּיל, וואָס מע באַנוצט זיך בײַם ציילן, זינגט מען וועגן פֿינף ברידער:
„דער איז אין וואַסער געפֿאַלן,
דער האָט אים אַרויסגעשלעפּט,
דער האָט אים אין בעטעלע געלייגט,
דער האָט אים צוגעדעקט,
און דער קלענסטער האָט אים אויפֿגעוועקט!‟
ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ אַלבאָם, ווערן די לידער פֿאָרגעשטעלט דורך קינדער. די רעדנסאַרטן און פֿינגער־שפּילן אַזוי ווי „אַ ראָד און אַ ראַנע‟ ווערן רעציטירט דורך עטעלע, ראובֿן, און דינע ניבאָרסקי, די ייִדיש־רעדנדיקע קינדער פֿון די פּראָפֿעסאָרן ד׳׳ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי; דאָס ליד „ציגעלע־מיגעלע” ווערט פֿאָרגעשטעלט דורך אַ קינדער־כאָר פֿון אַ ירושלימער פֿאָלקשול, דיריגירט פֿון ריטע קלײַנמאַן. ס׳רובֿ לידער ווערן געזונגען דורכן שטערן פֿונעם אַלבאָם — עוואַ מאַזיאַ.
„עוואַ מאַזיאַ איז ממש אַ וווּנדערקינד‟, האָט לעווין איבערגעגעבן. „זי איז בלויז 11 יאָר אַלט. זי איז זייער טאַלענטירט און האָט אַ פּרעכטיק קול. זי האָט ניט געקענט קיין ייִדיש, אָבער איך האָב מיט איר געאַרבעט און זי זינגט וווּנדער־שיין‟. לעווין האָט דערקלערט, אַז עוואַ איז איר שכנטע און שטאַמט פֿון אַ מוזיקאַלישער משפּחה פֿון פּעטערבורג. „איר זיס קולכל האָט דערמעגלעכט דעם גאַנצן עסק‟, האָט לעווין געשריבן אויף דער וועבזײַט פֿון דער קאַמפּאַניע, דורך וועלכער זי שאַפֿט געלט אַרויסצוגעבן דעם אַלבאָם. עוואַ מאַזיאַ האָט אויך געשפּילט טשעלאָ פֿאַרן קאָמפּאַקטל.
אַחוץ מאַזיאַ און דעם קינדער־כאָר, האָבן נאָך אַ ריי זינגער אָנטייל גענומען: אַ ייִנגל, גפֿן קראַסנער, וואָס האָט געזונגען דרײַ לידער, און די פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע זינגער מענדי כּהנא און אַבֿישי פֿיש; זיי האָבן ביידע געזונגען דרײַ לידער. רות לעווין אַליין זינגט אַ סך לידער אינעם אַלבאָם, אַרײַנגערעכנט „פֿרילינג איז געקומען‟ (ציגעלע־מיגעלע), וואָס האָט אינספּירירט דעם גאַנצן פּראָיעקט. אַחוץ די זינגער און רעציטאַטאָרן האָבן אויך אַ ריי מוזיקער געשפּילט אויפֿן קאָמפּאַקטל, אַרײַנגערעכנט די פּיאַניסטקעס נאַטאַליע ראָטענבערג און ראַדאַ טורנאָוו, די גיטאַר־שפּילער אַלעקסײַ בעלאָסאָוו און אילן כײַמאָוויטש, די האַרף־שפּילערין בעטי קלײַן, די פֿידלערין עקאַטערינאַ מאַטיושענקאָוואַ און די שפּילער פֿון בלאָז־אינסטרומענטן, גרשון ווײַסערפֿירער.
„די מוזיקער זענען געווען וווּנדערלעך‟ האָט לעווין איבערגעגעבן, באַטאָנענדיק, אַז זיי האָבן אַ סך געהאָלפֿן בײַם רעקאָרדירן דעם אַלבאָם, „בפֿרט אַז מע באַטראַכט, וויפֿל צײַט זיי האָבן אָפּגעגעבן‟. לעווין האָט דערמאָנט, אַז די מוזיקער און דער רעקאָרדיר־פּערסאָנאַל זענען געווען גאַנץ באַגײַסטערט פֿון די לידער. „דער גיטאַריסט אילן כײַמאָוויטש, אַ ראָק־גיטאַריסט, האָט צעטיילט די לידער צווישן זײַנע קינדער, וועמענס מאַמע שטאַמט פֿון די מאַראָקאַנער ייִדן. איינער פֿון די מענטשן אין דער רעקאָרדיר־סטודיאָ איז געווען אַ סאַברע, אָבער זײַנע עלטערן קומען פֿון אַרגענטינע, האָט ער, אַ פּנים, געהערט ייִדיש ווי אַ קינד, ווײַל ער האָט פּלוצעם זיך צעוויינט, בעת מיר האָבן רעקאָרדירט דעם אַלבאָם‟.
„קודם־כּל, איז מײַן ציל, אַז די ייִדישע קינדער זאָלן הערן און זינגען ייִדישע לידער‟ האָט לעווין איבערגעגעבן. „אַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער איבערלעבונג ווי אַ פֿאָלק בלײַבט אינעם קול, אינעם ליד. איך מיין, אַז אויב זיי האָבן דאָס אין דער היים, וועלן זיי נעענטער ווערן צו דער ייִדישער קולטור‟.
אין אַ רירנדיקן מאָמענט האָט לעווין לעצטנס באַזוכט לילה האָלצמאַן, וואָס האָט מיט העכער 75 יאָרן צוריק געזונגען דאָס ליד „פֿרילינג איז געקומען‟ (ציגעלע־מיגעלע) אין איר שטעטל סווענציאַן לעבן ווילנע, אַזוי ווי די אַנדערע ייִדישע קינדער אינעם שטעטל. לעווין האָט לילהן געשאָנקען איינע פֿון די ערשטע קאָפּיעס פֿונעם נײַעם אַלבאָם. איצטער, אַ דאַנק רות לעווין, וועט דאָס ליד נאָך אַ מאָל קלינגען אין די מײַלער פֿון ייִדישע קינדער.
(נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פּראָיעקט און ווי אַזוי מע קען אים אונטערשטיצן: //www.headstart.co.il/project.aspx?id=17368&lan=en-US)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.