אין דער אַנגלאָ־סאַקסישער וועלט האָט מען נישט געהערט פֿון מאַריוס פֿון מײַענבורג. דער יונגער דײַטשישער (42 יאָר אַלט) דראַמאַטורג איז, פֿונדעסטוועגן, גוט באַקאַנט אויפֿן אַלטן קאָנטינענט. געענדיקט האָט ער די קונסט־אַקאַדעמיע אין מינכן, אין יאָר 1972, און זינט עטלעכע יאָר איז ער דער דראַמאַטורג פֿון דעם באַרימטן בערלינער טעאַטער — די „שויבינע‟.
ווייניק מענטשן אויף דער וועלט גייען צו דער אַרבעט, כּדי צו שרײַבן פּיעסן; מאַריוס פֿון מײַענבורג איז איינער פֿון זיי. דער גרויסער וואַרשעווער טעאַטער „טעאַטער ספּולטשעסנע‟ (דער הײַנטצײַטיקער טעאַטער) פֿירט די טעג דורך די לעצטע פּראָבעס פֿון מײַענבורגס פּיעסע „דער שטיין‟. די פּיעסע דערציילט ווי אַ ייִדישע משפּחה אין דרעזדען מוז אַנטלויפֿן פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און פֿאַרקויפֿט דערפֿאַר, בחצי־חינם, איר וווינונג. עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז די שיינע ברחבֿותדיקע דירה ברענגט נישט קיין מזל די נײַע באַלעבאַטים.
די פּיעסע איז ווי געשריבן געוואָרן פֿאַר דעם פּוילישן עולם. נישט ווייניק פּאָליאַקן לעבן ביזן הײַנטיקן טאָג אין די הײַזער און דירות, וואָס זיי האָבן געירשנט, ויש אומרים, געלקחנט, בײַ ייִדן. אָפֿטמאָל דערציילט מען די קינדער און אייניקלעך אַ קופּע ליגנס וועגן דער דאָזיקער ירושה — סײַ אין דײַטשלאַנד און סײַ אין פּוילן.
דער פּוילישער טעאַטער, ווי מיר זעען, פֿאַרנעמט זיך כּסדר מיט דער ייִדישער טעמאַטיק. דאָס שטעלט דעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער פֿאַר אַ פּראָבלעם. מה־נשתּנה? מיט וואָס איז ער אַנדערש פֿון די פּוילישע טעאַטערס? כּל־זמן דער וואַרשעווער ייִדישער טעאַטער האָט געשפּילט אין ייִדיש, איז דער ענטפֿער געווען אַ קלאָרער. איז אפֿשר כּדאי צו געבן אַ טראַכט וועגן שפּילן אַ קאַפּעטשקע מער אין ייִדיש אינעם ייִדישן טעאַטער.
לאָמיר בלײַבן בײַ דער שיינער וועלט פֿון קונסט. אין שטאָקהאָלם איז אַוועק אין דער אייביקײט נתן טענענבוים — אַ שרײַבער, אַ פּאָעט און אַ מאַרצניק. וואָס הייסט, אַ שרײַבער און אַ פּאָעט, דאַרף איך אײַך נישט דערקלערן; אָבער וואָס איז אַזוינס אַ „מאַרצניק‟? דאָס איז אַ ייִד, וואָס האָט געמוזט אַרויספֿאָרן פֿון פּוילן בשעת דער גרויסער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע דאָ אין לאַנד אין די יאָרן 1969/1968.
טענענבוים איז געבוירן געוואָרן אין וויטעבסק אין יאָר 1940. געענדיקט האָט ער דעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט און געאַרבעט אין די 1960ער יאָרן אינעם פּוילישן ראַדיאָ און אין דער מלוכישער ייִדישער צײַטונג „פֿאָלקס־שטימע‟.
אין יאָר 1980, זײַענדיק אין שוועדישן גלות, האָט ער אָנגעשריבן אַ טעקסט, וואָס איז געוואָרן אַ מין הימען פֿאַר דער סאָלידאַריטעט־באַוועגונג. דאָס ליד, וואָס גאַנץ פּוילן האָט דעמאָלט געזונגען, הייסט, „תּפֿילה פֿאַר דער אויפגייענדיקער זון‟. אין זײַן ליד ווענדט זיך טענענבוים צו גאָט און בעט אים:
טו וואָס איז רעכט אין דײַנע אויגן,
אָבער שיץ מיך פֿון שׂינאה
און ראַטעווע מיך פֿון פֿאַראַכטונג.
אפֿשר האָט דער דאָזיקער טעקסט, אין איינעם מיט אַנדערע ענלעכע טעקסטן, טאַקע געשאַפֿן אַ מער מענטשלעכע אַטמאָספֿער אין פּוילן, בשעת דעם איבערגאַנג פֿון קאָמוניזם צוריק צו דעמאָקראַטיע. ס׳איז מסתּמא כּדאי צו דערמאָנען, אַז אין וואַרשע האָט מען נישט דערהרגעט די קאָמוניסטישע פֿירער, ווי למשל, אין בוקאַרעשט.
צום באַדויערן, פֿירן זיך אויף אַ טייל פֿון אונדזערע חרדישע ברידער ווי די אמתע גאָטס־קאַזאַקן, ספּעציעל אין די עראָפּלאַנען, וואָס מע רופֿט אינעם הײַנטיקן חרדישן ייִדיש „פֿליגערס‟. ומעשה שהיה כּך היה. אַ יונגער ישׂראלדיקער חרדי האָט זיך אויפֿגעפֿירט ווי אַ פּרא־אָדם בשעתן פֿלוג פֿון וואַרשע קיין תּל־אָבֿיבֿ. די סיבה: דער פֿילם וואָס מען האָט געקאָנט זען אינעם „אל־על‟־פֿלוג, איז געווען לויט אים נישט גענוג צניעותדיק. דער ווילדער חרדי האָט נישט בלויז פּראָטעסטירט, נאָר טאַקע צעשמעטערט צוויי עקראַנען; און וואָלט מסתּמא ממשיך געווען, ווען די סטואַרדן וואָלטן אים נישט אָפּגעשטעלט. אויפֿן בן־גוריון פֿלי־פֿעלד האָט שוין געוואַרט אויף אים די פּאָליציי.
צום באַדויערן, גלעט מען אונדזערע גראָבע גאָטס קאָזאַקן מיט די הערעלעך אַראָפּ. זיי ווייסן, אַז קיין האַרבע שטראָף וועלן זיי נישט באַקומען פֿאַר זייערע מעשׂים. בכלל, איז אַ קשיא אויף אַ מעשׂה. אויב מען וויל נישט זען קיין פֿילמען, קען מען דאָך פֿליִען מיט „וויז־אייר‟, למשל. ס׳איז דרײַ מאָל ביליקער און אַפֿילו די שעהען זענען באַקוועמער.
קינד־און־קייט ווייסן, אַז די „אל־על‟־געזעלשאַפֿט האָט אַ פֿילם־פּראָגראַם פֿאַר אירע פּאַסאַזשירן. נישט נאָר „וויז־אייר‟, נאָר אויך „לאָט‟, די פּוילישע פֿלוג־געזעלשאַפֿט, ווײַזט נישט קיין פֿילמען אויף דער וואַרשע־תּל־אַבֿיבֿ־ליניע. איז פֿאַר וואָס מוזן די חרדים פֿליִען דווקא מיט „אל־על‟?
אַגבֿ, ווען איך בין געווען יונג, האָב איך זעלטן ווען געזען, אַז די חרדים זאָלן געווען עפֿענען אַ תּלמוד און לערנען בחבֿרותא אַ בלאַט גמרא אין אַ פֿלי־פֿעלד אָדער אויף אַ פֿלוג; זיי האָבן דווקא אַ טבֿע צו פֿליִען אין גרופּעס. הייסט עס, אַז די לאַנגע שעהען, וואָס זיי פֿאַרברענגען בײַם פֿליִען זענען, רחמנא ליצלן, אָפֿט מאָל נישט אַנדערש ווי ביטול־תּורה. אַז סע גייט שוין אַ רייד וועגן ביטול־תּורה, וואָס איז שוין די נפֿקא־מינא, אויב ס’איז אַ קאָמפּיוטער־שפּיל אָדער אַ פֿילם?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.