איך האָב שוין געשריבן, אַז די דײַטשישע אָקופּאַציע אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז פּאַראַדאָקסאַל; זי איז ניט זעלטן געווען גאָר ניט קיין שלעכטע זאַך פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור. מיר געדענקען, אַז דער „פֿאָרווערטס‟, צוזאַמען מיט דער מערהייט אַמעריקאַנער ייִדן, האָט דעמאָלט, מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, געשטיצט דווקא דעם דײַטשישן צד און געטענהט, אַז דײַטשלאַנד קען באַפֿרײַען די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿון דער רוסישער באַרבאַרישקייט.
די דײַטשן האָבן טאַקע געוואָלט געווינען סימפּאַטיעס בײַ דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און דאָס האָט באַשטימט זייער אויפֿפֿירונג. אין דער אַדמיניסטראַציע, וואָס איז געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די אָקופּירטע געגנטן, האָבן מיט ייִדישע ענינים אָפֿט מאָל אָנגעפֿירט דײַטש־ייִדישע אָפֿיצירן. אָן דער שטיצע פֿון אַזעלכע אָפֿיצירן וואָלט אַנדערש אויסגעזען, אַ שטייגער, די געשיכטע פֿון דער „ווילנער טרופּע‟; און אָן איר וואָלט, אַ פּנים, אַנדערש אויסגעזען די געשיכטע פֿון דעם ייִדישן טעאַטער בכלל.
דווקא בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון וואַרשע (און עקאָנאָמיש איז עס, אַגבֿ, געווען זייער אַ שווערע צײַט) האָט מען דאָרטן געשאַפֿן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע פּען־מענטשן — דעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע ליטעראַטן און זשורנאַליסטן. דער דאָזיקער פֿאַראיין, וואָס איז אַסאָציִיִרט מיטן וואַרשעווער אַדרעס טלאָמאַצקע 13, האָט געהאַט עטלעכע פֿונקציעס. קודם־כּל, איז עס געווען אַ מין יוניאָן, וואָס האָט געמוזט אָפּהיטן די רעכט פֿון זײַנע מיטגלידער.
איך בין ניט זיכער, צי אָט די „פֿונקציע‟ האָט דער פֿאַראיין טאַקע אויסגעפֿילט אָדער געקענט אויספֿילן מיט גרויס דערפֿאָלג. אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, פֿלעגט דער שרײַבער, וואָס איז באמת געווען אויף צרות, באַקומען עפּעס אַ שטיצע מצד זײַנע קאָלעגן. דערצו האָט דער פֿאַראיין אָרגאַניזירט אַרויסטרעטונגען פֿון שרײַבער אין פֿאַשיידענע שטעט און שטעטלעך פֿון פּוילן, און דאָס פֿלעגט שאַפֿן עפּעס אַ פּרנסה. מער עפֿעקטיוו איז אין דעם זין אפֿשר געווען דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע זשורנאַליסטן, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּאָלטן אין יאָר 1926 און זיך פֿאַרבונדן מיטן אַלגעמיינעם פּוילישן זשורנאַליסטן־סינדיקאַט.
אַ סך מער איז אָנגעשריבן געוואָרן וועגן אַן אַנדער, סאָציאַלער, פֿונקציע פֿונעם פֿאַראיין — פֿון אַ קלוב, וווּהין די מיטגלידער פֿלעגן קומען צו רעדן און — ניט זעלטן —קריגן זיך, צו עסן און טרינקען, זיך צו טרעפֿן מיט אַ קאָלעגע פֿון אַן אַנדער שטאָט צי לאַנד, צו הערן אַ פֿרישע פּליאָטקע צי אַ לעקציע. ליטעראַטור איז דאָך אַן איינזאַמע באַשעפֿטיקונג — מע זיצט זיך בײַם טיש און מע שרײַבט, און דער פֿאַראיין האָט געגעבן די מעגלעכקייט ניט צו פֿילן זיך עלנט, אָפּגעריסן פֿון דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.