װיכּוחים אַרום גאָלדפֿאַדען־יובֿל

Debates about Goldfaden 90 Years Ago


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 03, 2016, issue of March 18, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אָבער אַלײן איז גאָלדפֿאַדען װײַט ניט געװען אַזױ פּראָסט װי זײַן עולם. להיפּוך צו מוקרוניס דעה, זאָגט ער: „אין יענער צײַט, װען איך בין געקומען קײן יאַסי, בין איך שױן געװען געקומען פֿון דער גרױסער װעלט און האָב געהאַט גענוג געלעגנהײטן זיך אָנצולעזן און אָנצוזען מיט די בעסטע דראַמען און אָפּערעס — פּױלישע, רוסישע, דײַטשע, פֿון אַלע קלענערע אָפּערעטן ביז אין די באַרימטסטע װערדיס, מאַיערבערס, הלויס; און אין װין האָב איך זאָגאַר געהאַט די געלעגנהײט צו זען אין אָפּערן־טעאַטער אַלע װאַגנערישע שטיק.‟

די דאָזיקע אױטאָביאָגראַפֿיע האָט געדינט װי אַ װיכטיקער מקור פֿאַר דער גאָדלפֿאַדען־שטודיע פֿון נחום אױסלענדער און אורי פֿינקעל, װאָס איז אַרױס אין מינסק אינעם זעלביקן יאָר 1926. פֿאַר די סאָװעטישע פֿאָרשער איז דער עיקר געװען צו געפֿינען „פּראָגרעסיװע‟, „הומאַנישע‟ עלעמענטן אין גאָלדפֿאַדענס שאַפֿונג און זײ אַנטקעגנצושטעלן די „בורזשואַזע‟ און „נאַציאָנאַליסטישע‟.

אַזױ אַרום האָבן אױסלענדער און פֿינקעל צעטײלט זײַן גאַנצע שאַפֿונג אױף דרײַ תּקופֿות: „גאָלדפֿאַדען דער אָנפֿאַנגער — דער דיכטער פֿון געפֿאַלענע שטימונגען און דעם ייִדישן מיטלשטאַנד‟, האָט אַ קנאַפּן חשיבֿות פֿאַר דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור־געשיכטע. די װיכטיקסטע פֿיגור פֿאַר זײ איז גאָלדפֿאַדען װי „דער שעפֿער פֿון ייִדישן טעאַטער, װען גאָלדפֿאַדען טוט זיך גלײַך װי אַ רײַס אָפּ פֿון זײַן געזעלשאַפֿטלעך־קולטורעלן שטאַם און באַהעפֿט זיך מיט די פֿאַרלאַנגען און סימפּאַטיעס פֿון ייִדישן המון.‟ אָבער נאָך דעם קומט דער דריטער גאָלדפֿאַדען, אַ „בעל־תּשובֿה‟, װאָס „װיל פֿאָלגן די אױפֿגעקלערטע קריטיקער פֿון דער פּעטערבורגער רוסיש־ייִדישער פּרעסע. דער דאָזיקער װעג פֿירט אים „באַרג־אַראָפּ‟ צו חיבֿת־ציון און ציוניזם, װאָס איז אַ שװערער חטא אין די אױגן פֿון די סאָװעטישע מאַרקסיסטן.

גאָלדפֿאַדען איז ניט געװען דער אײנציקער ייִדישער קלאַסיקער, װאָס האָט אַרױסגערופֿן שאַרפֿע װיכּוחים אין די 1920ער יאָרן. דאָס איז געװען די צײַט פֿון בױען ייִדישע קולטורעלע און אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, און יעדע אינסטיטוציע האָט זיך גענײטיקט אין אַן אײגענעם קולטורעלן און אידעאָלאָגישן ייִחוס. אין ניו־יאָרק האָבן זיך די ייִדישיסטן געסטאַרעט אױפֿצובױען אַן אױטאָנאָמע ייִדישע קולטור; און דערפֿאַר איז מוקדוני באַשטאַנען אױף דער אַבסאָלוטער אײגנאַרטיקײט פֿון גאָדלפֿאַדען װי דער שעפֿער פֿונעם ייִדישן טעאַטער. אים האָט ניט געשטערט, אַז גאָלדפֿאַדען אַלײן האָט זיך געװאָלט אַרױסװײַזן װי אַן אײראָפּעיִש געבילדעטער טעאַטער־מענטש, װאָס האָט אַפֿילו געזען „אַלע װאַגנערס שטיק‟.

אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז מען געװען פֿאַרנומען מיטן צופּאַסן גאָלדפֿאַדען צו דער „פּראָגרעסיװער‟ מאַרקסיסטישער סכעמע פֿון דער קלאַסאָװער קולטור־געשיכטע, װוּ די װערט פֿון אַ ליטעראַריש װערק איז באַשטימט געװאָרן דורך זײַן קלאַסן־תּוך. אָבער ניט געקוקט אױף זײערע אידעאָלאָגישע אײַנשטעלונגען, האָבן דװקא יענע פֿאָרשער אָנגעשריבן די װיכטיקסטע היסטאָרישע שטודיעס װעגן ייִדישער קולטור.