די קיניגן פֿון די גאָלף־לענדער האָבן מיטוואָך אָפֿיציעל באַצייכנט „כעזבאָלאַ‟, די איראַן־געשטיצטע אָרגאַניזאַציע אין לבֿנון, ווי אַ טעראָריסטישע גרופּע — דער נײַסטער שריט, וואָס דער „גאָלף־קאָאָפּעראַציע-ראַט‟ (GCC) האָט דורכגעפֿירט קעגן „כעזבאָלאַ‟, בעת די באַציִונגען צווישן דעם גרעסטן גאָלף־לאַנד, סאַודיע, און איראַן ווערן אַלץ מער אָנגעשטרענגט.
דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם GCC, אַבדולאַטיף אַל־זאַיאַני, האָט באַטאָנט, אַז די מיליץ פֿון „כעזבאָלאַ‟, וואָס האַלט אין איין דורכפֿירן פֿײַנטלעכע אַקציעס, ווערבירט די יונגע לײַט אינעם גאָלף, און אַז „זייערע טעראָריסטישע אַטאַקן און פּראָוואָקאַציעס אין סיריע, תּימן און איראַק באַדראָען די אַראַבישע זיכערהייט‟.
די GCC באַשטייט פֿון באַכריין, קוּווייט, אָמאַן, קאַטאַר, סאַודיע און די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן.
מיט אַ וואָך צוריק האָט סאַודיע גערופֿן אירע בירגער צו פֿאַרלאָזן לבֿנון, און אַז מע זאָל אַהין נישט פֿאָרן. ריִאַד האָט אויך פֿאַרפֿרוירן לבֿנונס אַקטיוון אין לאַנד, און פֿאַרווערט דאָס פֿירן געשעפֿטן מיט דרײַ הויפּט לבֿנון־געשעפֿטס־פֿירער און פֿיר פֿירמעס.
מיט אַ חודש צוריק האָט סאַודיע אָפּגעשטעלט אַ 3 ביליאָן־דאָלאַרדיקע פּראָגראַם פֿון שיקן מיליטערישע אויסשטאַטונג קיין לבֿנון, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס עס געפֿינען זיך דעפּוטאַטן פֿון „כעזבאָלאַ‟ אינעם פּאַרלאַמענט אין ביירוט.
אין דער זעלבער צײַט האָט די תּימנער רעגירונג באַשולדיקט „כעזבאָלאַ‟ אינעם האָבן אַרײַנגעשיקט אירע מיליטאַנטן צו קעמפֿן מיט די איראַן־געשטיצטע „כוטיס‟, וואָס טעראָריזירן די רעגירונג.
סאַודיע און קאַטאַר שטיצן די אויפֿשטענדלער, וואָס קעמפֿן קעגן דער סירישער רעגירונג, בעת „כעזבאָלאַ‟ קעמפֿט לטובֿת דעם סירישן פּרעזידענט באַשאַר אַל־אַסאַד. די מלחמה אין סיריע האָט אויך אָנגעשטרענגט די באַציִונגען צווישן די פּאַרטייען אין לבֿנון גופֿא, וווּ שוין כּמעט צוויי יאָר הערשט נישט קיין פּרעזידענט, צוליב די הייסע מחלוקת צווישן „כעזבאָלאַ‟ און זײַנע אָפּאָנענטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.