לעצטנס, זענען אַרום דער וועלט אָרגאַניזירט געוואָרן עטלעכע וויכטיקע פּראָיעקטן, וואָס האָבן צו טאָן מיט די אַמאָליקע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש. אַ סך אַלטע ייִדישע צײַטונגען קאָן מען הײַנט איבערלייענען אויף דער ביבליאָטעק־וועבײַט Jpress.org.il, וווּ עס באַווײַזן זיך כּסדר נײַע מאַטעריאַלן. אין דעצעמער האָט די דאָזיקע וועבזײַט איבערגעגעבן, אַז מער ווי 100,000 אַלטע זײַטן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ זענען צוגעגעבן געוואָרן צום ריזיקן אינטערנעץ־אַרכיוו.
אויף אַ צאָל פּאָפּולערע וועבזײַטן, וואָס דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישער פּרעסע — אַרײַנגערעכנט דעם באַקאַנטן בילדונג־רעסורס Myjewishlearning.com — ווערן דערמאָנט בלויז אַזעלכע צײַטונגען, ווי דער פֿרומער „מאָרגן־זשורנאַל‟, וועלכער האָט אינעם יאָר 1901 אָנגעהויבן קאָנקורירן אין ניו־יאָרק מיט אונדזער „פֿאָרווערטס‟. אין דער אמתן, איז די געשיכטע פֿון ייִדישער פּרעסע אַ סך עלטער. מיט 330 יאָר צוריק האָט אַ געוויסער גר מיטן נאָמען רב משה, וועלכער האָט געאַרבעט ווי אַ זעצער און רעדאַקטאָר בײַם פֿאַרלעגער, אורי־פֿײַוויש הלוי, אָנגעהויבן אַרויסגעבן אין אַמסטערדאַם „דינסטאָגישע און פֿרײַטאָגישע קוראַנטן‟.
די עקספּערימענטאַלע נײַעס־צײַטונג איז דערשינען במשך פֿון אַ קורצן פּעריאָד, פֿון 1686 ביז 1687. פֿאַרן הײַנטיקן לייענער זעען די „קוראַנטן‟ אויס ווי אַן אַלטמאָדיש טשיקאַוועס. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַ צײַטונג אויף לאַדינאָ מיט לאַטײַנישע אותיות, „גאַזעטאַ דע אַמסטערדאַם‟, האָט זיך באַוויזן נאָך פֿריִער אין דער האָלענדישער הויפּט־שטאָט, אַ גרויסן צענטער פֿון ספֿרדישע ייִדן, און האָט מיט דערפֿאָלג עקזיסטירט ממשותדיק לענגער, פֿון 1671 ביז 1702. דער אַרויסגעבער האָט געהייסן דוד דע קאַסטראָ טאַטראַס, וועלכער האָט אויך קורץ אָנגעפֿירט מיט די „קוראַנטן‟.
מע קאָן זאָגן, אַז די געשיכטע פֿון דער עכטער הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּרעסע, מיט אַ הויכער ליטעראַרישער קוואַליטעט, האָט זיך אָנגעהויבן, אין אַ געוויסן זין, מיט 200 יאָר צוריק. אין זאַמאָשטש, פּוילן, איז דעמאָלט געבוירן געוואָרן דער באַרימטער משׂכּילישער טוער אַלכּסנדר צעדערבוים. אינעם יאָר 1860 האָט ער געגרינדעט די ערשטע העברעיִשע צײַטונג אין דער רוסישער אימפּעריע, „המליץ‟. די אויסגאַבע האָט שטאַרק אויסגענומען, און מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט צעדערבוים אָנגעהויבן אַרויסגעבן „קול מבֿשׂר‟ אויף ייִדיש.
די צײַטונג האָט געבליט פֿון 1862 ביז 1872, און האָט צוגעצויגן אַ גאַנצע ריי באַקאַנטע שרײַבער און פּאָעטן. פֿאַקטיש, האָט צעדערבוים געגרינדעט די טראַדיציע פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק און ליטעראַרישער פּעריאָדיק. למשל, מענדעלע מוכר־ספֿרימס בוך „דאָס קליינע מענטשעלע‟ איז לכתּחילה דערשינען ווי אַ המשך אין „קול מבֿשׂר‟, וווּ אָבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע ערשטע לידער. שלום־עליכם, מרדכי ספּעקטאָר, שמעון פֿרוג און אַ צאָל אַנדערע קלאַסישע ייִדישע מחברים האָבן אויך אָנגעהויבן זייער קאַריערע, אַ דאַנק צעדערבוימס טעטיקייט.
צעדערבוים איז געבוירן געוואָרן אין אַן אָרעמער משׂכּילישער משפּחה. אַזוי ווי אַ סך אַנדערע משׂכּילים, איז ער בײַם אָנהייב נישט געווען קיין גרויסער ליבהאָבער פֿונעם „זשאַרגאָן‟. ער האָט געגלייבט, אַז ייִדן אין רוסלאַנד דאַרפֿן רעדן אויף רוסיש. פֿונדעסטוועגן, איז דער צוקונפֿטיקער פֿאַרלעגער דערצויגן געוואָרן אין אַ פּראָטאָ־ייִדישיסטישער סבֿיבֿה. דער באַקאַנטער ייִדישער דראַמאַטורג שלמה עטינגער איז געווען אַן אָפֿטער גאַסט בײַ זײַן טאַטן, יוסף צעדערבוים.
קענענדיק גוט העברעיִש, רוסיש, פּויליש און דײַטש, האָט צעדערבוים באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן קיין אָדעס און זיך אָפּגעגעבן מיט משׂכּילישער אינטעלעקטועלער טעטיקייט. ווי אַ הויפּט־פּרנסה, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט שנײַדערײַ און געעפֿנט אַ קליידער־געשעפֿט. מיט דער צײַט, האָט ער זיך באַקענט מיט אַ צאָל וויכטיקע רעגירונג־באַאַמטע, באַקומען בײַ דער רוסישער מלוכה דאָס רשות אַרויסצוגעבן אַ צײַטונג אויף העבעריִש, און זיך פֿאַרנומען מיט רעדאַקטאָרישער און פֿאַרלעגערישער אַרבעט.
דער פֿאַרלעגער האָט אינגיכן פֿאַרשטאַנען, אַז די ראַפֿינירטע שפּראַך פֿון „המליץ‟ איז נישט געווען פֿאַרשטענדלעך דעם ברייטן עולם. אַחוץ העברעיִש, זענען אַ טייל מאַטעריאַלן אין דער דאָזיקער צײַטונג אַרויס אויף דײַטש, אָנגעשריבן מיטן ייִדישן אלף־בית. אַזאַ לשון האָט פֿאַרן פּשוטן ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר אויסגעזען ממש פֿרעמד און קאָמיש. ממילא, האָט צעדערבוים באַשלאָסן אַרויסצוגעבן אַ צווייטע אויסגאַבע, „אויף פּראָסט ייִדיש, כּדי דער פּראָסטער עולם און אַפֿילו ווײַבער זאָלן וויסן, וואָס עס טוט זיך אויף דער וועלט‟. ווען די צײַטונג האָט צוגעצויגן אַ ריי טאַלאַנטירטע מחברים, האָט „קול מבֿשׂר‟ זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ משׂכּיליש אַגיטאַציע־בלעטל אין אַ וויכטיקן ליטעראַטור־אוצר.
אין אַ גרויסער מאָס, האָט „קול מבֿשׂר‟ פֿאַקטיש פֿאַרלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און פּרעסע, הגם צעדערבוים אַליין האָט זײַן גאַנץ לעבן געגלייבט און געדרשנט, אַז אַ ציוויליזירטער אויפֿגעקלערטער ייִד דאַרף רעדן אויף רוסיש. פֿון דער צווייטער זײַט, איז צעדערבוים געווען איינער פֿון די ערשטע ייִדישע ליטעראַטור־קריטיקער און דערפֿאַר געהאָלפֿן איבערצופֿלאַנצן אויף ייִדיש רוסישע און די מערבֿדיקע ליטעראַרישע סטילן און זשאַנערס. פּאַראַדאָקסיש, האָט זײַן „רוסישקייט‟ דווקא באַרײַכערט אונדזער ליטעראַרטור. אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז ער כּמעט צוגעקומען צו אַ מין ייִדישיזם, אויסגעמישט ווײַטער מיט פּראָ־רוסישע טענדענצן.
אין 1881, האָט צעדערבוים אָנגעהויבן אַרויסגעבן אַן אַנדער ייִדישע צײַטונג אין פּעטערבורג — „ייִדישעס פֿאָלקס־בלאַט‟. אַ דאַנק פֿאַרשיידענע ספּעציעלע בײַלאַגעס, האָט די אויסגאַבע צוגעצויגן די בעסטע ייִדישע שרײַבער פֿון יענער תּקופֿה, אַרײַנגערעכנט דעם יונגן שלום־עליכם. „ייִדישעס פֿאָלקס־בלאַט‟ האָט געבליט ביז 1890, ווען דער נײַער פֿאַרלעגער, ישׂראל לווי, האָט עס פֿאַרמאַכט. צעדערבוים איז ניפֿטר געוואָרן אין 1893. אויף דער דערמאָנטער ביבליאָטעק־וועבזײַט, Jpress.org.il, געפֿינען זיך איצט ס׳רובֿ נומערן פֿון „קול מבֿשׂר‟, וואָס זענען אַרויס פֿון 1862 ביז 1870. צוליב דער אַנטוויקלונג פֿון די הײַנטיקע אונטערנעץ־טעכנאָלאָגיעס, קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי מיט איבער 150 יאָר צוריק איז אין רוסלאַנד אויפֿגעקומען די טראַדיציע פֿון מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און פּרעסע.
די אַלטע רעקלאַמעס אין „קול מבֿשׂר‟ העלפֿן אויך זיך צו באַקענען מיטן אַמאָליקן ייִדישן לעבן. למשל, עמעצער האָט אין 1863 רעקלאַמירט אַ זיסן און שטאַרקן כּשרן ווײַן, „פּערווי (ערשטער) סאָרט, קאָסט דער עמער אַ קערבל‟. ווי מע זעט, איז דער באַנוץ מיט איבעריקע ווערטער פֿון דער אַרומיקער „שׂפֿת־המדינה‟ איז נישט קיין חידוש בײַ די הײַנטיקע אַמעריקאַנער חסידים. די אַמאָליקע אָדעסער משׂכּילים האָבן מיט דעם אויך „געזינדיקט‟, הגם די אַרומיקע שפּראַך איז געווען בײַ זיי, פֿאַרשטייט זיך, רוסיש. צווישן די רעקלאַמעס טרעפֿן זיך אַזעלכע פּערל, ווי: „די גלאַוונע קאָנטאָר פֿון דער אָבשטשעסטוואָ פּאַראָכאָדסטוואַ אי טאָרגאָוולי‟ („די הויפּט־ביוראָ פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר שיף־נסיעות און האַנדל‟). אַזאַ ייִדיש איז נישט ווײַט פֿון צעדערבוימס חלום וועגן רוסיש.
אַז מע רעדט שוין וועגן די הײַנטיקע חסידים, איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, ווי אַזוי די ייִדיש־רעדנדיקע וועלט האָט זיך געביטן במשך פֿון דורות. אין ניו־יאָרק איז הײַנט פֿאַראַן אַ פֿרומע אויטאָמאַטישע טעלעפֿאָן־ליניע מיטן נאָמען „קול מבֿשׂר‟, געגרינדעט אין 2003, וואָס דערציילט די פֿרישע וועלט־נײַעס, ווי אויך וועגן וועטער, טראַנספּאָרט־פּראָבלעמען און אַנדערע אַקטועלע טאָג־טעגלעכע ענינים. אויפֿן דאָזיקן נומער קאָן מען אויך אויסהערן תּורה־שיעורים און חסידישע ניגונים. להיפּוך צו דער היסטאָרישער משׂכּילישער צײַטונג, איז דער צוועק פֿון דער ליניע פּונקט אַ פֿאַרקערטער: צו פֿאַרשפּרייטן די אינפֿאָרמאַציע אויף אַ „כּשרן‟ אופֿן, אַנשטאָט דעם „טרייפֿענעם‟ ראַדיאָ אָדער נאָך ערגער — אינטערנעץ.
בעצם, טראָגט פּונקט דעם זעלבן נאָמען, ווי די אַמאָליקע אָדעסער צײַטונג, אַ בפֿירוש אַנטי־משׂכּילישער פּראָיעקט פֿון קולטורעלער איזאָלאַציע. אין תּוך אַרײַן, ווערן אָבער אינעם הײַנטיקן חסידישן „קול מבֿשׂר‟ אויך באַנוצט די מאָדערנע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס, וואָס דערמעגלעכן אונדז איבערצוהיפּן גאַנצע תּקופֿות, און אויף אַ לעבעדיקן אופֿן זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי די ייִדישע פּרעסע האָט זיך אַנטוויקלט במשך פֿון צוויי יאָרהונדערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.