ס’איז אַ פֿילם, וואָס שטויסט אויף אַלע אונדזערע אימפּולסן; אַ פֿילם וואָס טוט זיך דערגרונטעווען צו אַלע אונדזערע דערגרײכונגען, עמאָציעס, שרעקן, גלויבן און אומגלויבן, מיט איין וואָרט, די געשיכטע פֿון אונדזער ייִדישער מדינה מיט אַלע אירע אויפֿטוען און דורכפֿאַלן זינט די „יו־ען‟ האָט אַסיגנירט די צעטיילונג פֿון צוויי שטאַטן — איינע פֿאַר ייִדן, די צווייטע פֿאַר די אַראַבער, מיטן רעזולטאַט פֿון אַ מכּה אויף אַ געשוויר.
אָבער וווּ טוט מען אַהין די טויזנטער געראַטעוועטע שארית־הפּליטניקעס? די וועלט האָט נאָך אירע אַלע אַכזריותן פֿאַרשלאָסן אירע טויערן, געווען גרייט אומצוקערן זיי צו די באַרבאַרישע פֿעלקער פֿון אונדזער אַלטער היים צווישן די פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, רומענער, אונגאַרער, ליטווינער — די פֿעלקער, וואָס זײַנען געווען שולדיק אין אונדזער אומקום… האָט מען דערזען די ערשטע געלעגנהייט צו פֿאַרווירקלעכן אונדזער לאַנגן חלום פֿון שיבֿת־ציון, אם אשכּחך ירושלים, תשכּך ימיני… פֿאַר די פֿרומע איז די קינסטלעכע ישועה אויך געווען בלית־ברירה די גרעסטע אַנטוישונג — אַ מדינה אָן משיחן, ווי איז דאָס געהערט געוואָרן, פֿאַר די נישט־גלייביקע — אַ מקום־מיקלט. און אין מיצקע דערינען דער אָנפֿאַל פֿון אַ האָרדע אַראַבער פֿון די אַרומיקע לענדער מיטן פּיזמון: „ס’איז אונדזערס! צוריק פֿון וואַנען איר זײַט געקומען!‟
אויב דער חורבן איז נישט געווען גענוג, האָט די יונגע חבֿרה פֿון די די.פּי.־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע זיך אַרויסגעלאָזט פֿאַרטיידיקן אונדזער לאַנד און אַ סך פֿון זיי האָבן באַצאָלט מיטן לעבן.
דער פֿילם שטעלט זיך אָפּ סײַ אויף אונדזער אויפֿטו און סײַ אויף אונדזערע דורכפֿאַלן. תּל־אָבֿיבֿ איז פֿון אַ קליין שטעטל פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מעטראָפּאָל; אַ פֿאָלק, וואָס איז ערשט נעכטן אַרויס פֿון די גאַז־קאַמערן האָט באַוויזן וווּנדער. אין דער זעלבער צײַט קומט פֿאָר דער צוזאַמענשטויס פֿון אונדזערע קולטורן. ייִדן פֿון אַשכּנז מיט ייִדן פֿון תּימן, מאַראָקאָ, איראַק, עגיפּטן, עטיאָפּיע און אינדיע, אַ זידנדיקער קוואַל מיט שפּראַכן, טראַדיציעס, מינהגים, ריטואַלן — אַלץ אין איין קאַבודל, ווײַסע און טונקל הויטיקע, פֿרעמדע קליידונג, פֿרעמדע ריטמישע לידער און טענץ — ווי ספּראַוועט מען זיך מיט אָט דעם אַלעם?
דער ערשטער פּרעמיער־מיניסטער בן־גוריון, (דוד גרין) אַ ייִד פֿון אַ קליין שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע, אָנגעפּאַשעט מיט דער השׂכּלה מיט אַ נײגונג צו סאָציאַליזם, האָט גענומען אויף אייגענע אַכזריות צו עלימינירן די אַכּנזישע קולטור, איר שפּראַך, אירע אויפֿטוען אין משך פֿון צוויי טויזנט יאָר, האָט אויף אַן אייגענער האַנט אײַנגעפֿירט אַ שטיקל דיקטאַטור, מיטן ציל צו באַשאַפֿן אַ שפּאָגל־נײַעם ייִד, אַן ישׂראלי, אַן עבֿרי; אָפּשנײַדן די פֿעדעם פֿון אונדזער אמונה, און אײַנפֿירן אַ וועלט־כּכל־הגויים.
דער פֿילם שטעלט זיך אָפּ אויף אַלע מלחמות און לײדן, אויף פֿאַרשיידן־עטנישע און פֿרומע צוזאַמענשטויסן, אויף די נערוון־אַטאַקעס בײַ די ישׂראלים, וואָס האַלטן נישט פֿון די קאָלאָניסטן, פֿון ייִדן וואָס פֿאַרכאַפּן לאַנד בײַ די אַראַבער און בויען אייגענע דערפֿער, ווײַל אַזוי שטייט אין תּנך — גאָט האָט אונדז געגעבן גאַנץ ירושלים, שכם, חבֿרון, בית־לחם און עבר־הירדן, נישט נאָר די פֿיר איילן, אין וועלכע מיר געפֿינען זיך הײַנט.
זשורנאַליסטן באַפֿאַלן די הײַנטיקע יונגע ישׂראלים, וועלכע רעדן שוין ענגליש, פֿאַרמאָגן פּאַספּאָרטן פֿון שפּאַניע, דײַטשלאַנד, פּוילן און אונגאַרן, מיט דער פֿראַגע:
„וואָס מיינט פֿאַר דיר די ייִדישע מדינה?‟ — דער ענטפֿער קומט מאָמענטאַל:
„מ’איז אַרויס פֿון איין געטאָ און באַשאַפֿן אַ צווייטע…“
„לויט אײַער מיינונג, האָט ישׂראל אויסזיכטן אויף עקזיסטענץ?‟
צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע מוזט איר זען דעם פֿילם „צונויפֿגעשטויסענע חלומות‟. ס’איז איינע פֿון די בעסטע, בולטע, זאַכלעכע פֿילמען הײַנט צו טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.