שלום־עליכמס לעצטער אויפֿטריט

Sholem Aleichem's Last Apperance


פֿון ענדרו קאַסעל

Published March 04, 2016, issue of April 01, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַחוץ דעם שוואַכן געזונט־מצבֿ, האָט שלום־עליכם כראָניש געליטן פֿון אָרעמשאַפֿט. זײַנע פֿאַרלעגער און רעקלאַמע־אַגענטן האָבן אים כּסדר עקספּלואַטירט און אָפּגענאַרט. נישט געקוקט אויפֿן שלעכטן וועטער און טובערקולאָז, האָט ער אָבער מסכּים געווען אויפֿצוטרעטן יענעם קאַלטן שבת אינעם בנין.

מיט 15 חדשים פֿאַר זײַן טויט, האָט דער שרײַבער זיך באַזעצט אין אַמעריקע. דער טויט פֿון זײַן אייגענעם זון, מישע, אין קאָפּענהאַגן פֿון טובערקולאָז, האָט אונטערגעריסן זײַנע כּוחות. צוליב דער קראַנקייט, האָט די אימיגראַציע־דינסט אים נישט אַרײַנגעלאָזט קיין אַמעריקע.

צוויי אַגענטן, „מיסטער ס־ר‟ און „מיסטער פֿ־ן‟, וואָס זייערע אמתע נעמען בלײַבן אומבאַקאַנט, האָבן זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר רעפּרעזענטאַנטן פֿון דער גאַנצער 200־טויזנטער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט, און האָבן פֿאָרגעלייגט שלום־עליכמען אויפֿצוטרעטן פֿאַר 250 דאָלאַר אינעם אָפּערע־הויז פֿאַר אַ „קליינעם‟ עולם. נאָכן אויפֿטריט, איז ער געווויר געוואָרן, אַז דער זאַל מיט 4,000 ערטער איז דער גרעסטער אין דער שטאָט, און אַז למעשׂה האָט מען אָרגאַניזירט אַ ריזיקן גאַלאַ־קאָנצערט, וווּ מע האָט געזאַמלט טויזנטער דאָלאַרן.

וואָס האָט שלום־עליכם פֿאָרגעלייענט אין דער „מעטראָפּאָליטאַנער אָפּערע‟, ווייסט מען נישט. די „ייִדישע וועלט‟ האָט איבערגעגעבן, אַז דער שטורעם פֿון אָוואַציעס האָט געדויערט עטלעכע מינוט, און דאָס געזאַמלטע געלט האָט מען אויסגענוצט, כּדי צו העלפֿן די קרבנות פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה.

דאָס איז געווען שלום־עליכמס לעצטער אויפֿטריט בפֿרהסיא. מיט צוויי חדשים שפּעטער, דעם 13טן מײַ, איז שלום־עליכם געשטאָרבן בײַ 57 אין זײַן הויז, אין די בראָנקס. אויף דער לוויה האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ ריזיקער עולם פֿון בערך 150,000 נפֿשות. פֿאַרן טויט, האָט ער ביטער געטענהט אין אַ בריוו צו זײַן חבֿר אין לייקוווּד, אַז „אַ חבֿרה בלאָפֿערס האָבן מיך גוט אָפּגעבלאָפֿט און אָפּגעלעקט, זאָגט מען אַ ביינדל‟. אויפֿן קאָנצערט האָט מען געזאַמלט 2,200 דאָלאַר; דער שרײַבער האָט באַקומען אַ טשעק בלויז אויף 250, וועלכן די בלאָפֿערס האָבן דערצו מבֿטל געווען און איבערגעלאָזט דעם שרײַבער, ווי ער דריקט זיך אויס, מיט „וואָס עסט חמישה־עשׂר־בשבֿט און מע מאַכט דערויף בורא־פּרי־העץ‟.

שפּעטער האָט שלום־עליכם יאָ באַקומען דאָס געלט פֿון די אָפּנאַרער — גלײַך פֿאַר זײַן פּטירה. הײַיאָר וועט מען, ווי געוויינטלעך, פּראַווען שלום־עליכמס 100טן יאָרצײַט מיט לוסטיקע פֿאָרלייענונגען פֿון זײַנע ווערק. אין זײַן צוואה, האָט דער שרײַבער געבעטן אים מזכּיר צו זײַן מיט געלעכטער. זײַן פּערזענלעך לעבן איז אָבער, צום באַדויערן, ווײַט נישט געווען קיין פֿריילעכס.

דעם 10טן אַפּריל, דרײַ אַזייגער בײַטאָג, וועט אינעם פֿעלאַדעלפֿיער האַווערפֿאָרד־קאָלעדזש פֿאָרקומען אַן אָוונט אין אָנדענק פֿון שלום־עליכמען. די פּרטים קאָן מען אויסגעפֿינען אויפֿן טעלעפֿאָן 610-896-1199 אָדער אָט־דאָ: https://www.haverford.edu/ycf