וואָס מאַכט די אַמעריקאַנער בייז?

What Makes Americans Angry?


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 08, 2016, issue of April 01, 2016.

איך ווייס, אַז איך בין גאָר ניט דער איינציקער, וועמען עס מאַכט משוגע די איצטיקע וואַל־קאַמפּאַניע. איך האָב זיך געהאַט געקלאָגט אויף די פֿריִערדיקע באַטאַליעס, געפֿירט צוליב דורכלייגן אַ וועג אין וואַשינגטאָן, אין „ווײַסן הויז‟. פֿונדעסטוועגן, האָבן זיי אויסגעזען אַנדערש, לכל־הפּחות אָן דאָנאַלד טראָמפּס וווּלגאַרער קלאָונאַדע, אויסגערעכנט אויף געוויסע (כ׳וויל ניט אַרײַנגיין אין קיין פּרטים) שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. ס’איז דאָך ניט קלאָר אַפֿילו, צי די שטיצער פֿון אָט דעם כּלומרשט „נאַש־בראַט‟ זײַנען רעפּובליקאַנער, און צי ער אַליין איז אַ רעפּובליקאַנער. אַ סבֿרא, אַז זיי זײַנען פּשוט בייז אויף דער גאָרער וועלט און נייטיקן זיך ניט אין קיין שׂכלדיקע ווערטער. זיי ווילן הערן שרײַענדיקע שלאָגווערטער, און טראָמפּ באַזאָרגט זיי מיט דער דאָזיקער סחורה.

טיילווײַז איז שווער צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס דער המון איז אַזוי בייז. די עקאָנאָמיע פֿון אַמעריקע איז, אין אַ היפּשער מאָס, אַרויס פֿון דעם גאָר געפֿערלעכן מצבֿ, אין וועלכן זי איז געווען, ווען באַראַק אָבאַמאַ איז אַרײַנגעפֿאָרן אין דעם „ווײַסן הויז‟; די אויטאָ־אינדוסטריע איז געראַטעוועט געוואָרן; דער דאָלאַר איז שטאַרק; צענדליקער טויזנטער אַמעריקאַנער מיליטער־לײַט האָבן זיך אומגעקערט פֿון די לענדער, וווּהין מע וואָלט זיי בעסער אין גאַנצן ניט געשיקט.

מיר דאַכט זיך, אַז די בייזקייט שטאַמט, לכל־הפּחות, טיילווײַז פֿון דער עפֿעקטיווער פּראָפּאַגאַנדע, וועלכע דער טעלעוויזיע־קאַנאַל „פֿאַקס‟ און ענלעכע מעדיאַ־אונטערנעמונגען האָבן יאָרן לאַנג געפֿירט, צו מאָל — צי אַפֿילו אָפֿט מאָל — מיט אַ ראַסיסטישן אונטערשלאַק, קעגן באַראַק אָבאַמאַ.

מיר דאַכט זיך אויך, אַז זיי — דער „פֿאַקס‟ און די אַנדערע — האָבן זיך הײַנט אַליין איבערגעשראָקן פֿון זייער „סוקצעס‟, פֿון דעם וואָס זיי האָבן אָפּגעטאָן, דהײַנו: געשאַפֿן אַ פֿעסטן יסוד, אַ שטימונג פֿאַר דאָנאַלד טראָמפּ. מע האָט זיך איבערגעשראָקן און מע פּרוּווט עפּעס בײַטן, אָבער דערווײַל באַקומט זיך עס ניט בײַ זיי.

אָבער דאָס הייסט ניט, אַז אַן אַמעריקאַנער תּושבֿ האָט ניט קיין סיבה צו זײַן בייז. איך בין, אַ שטייגער, בייז אָדער פּשוט ניט צופֿרידן כּמעט יעדן טאָג, ווען איך מוז ניצן די ניו־יאָרקער אונטערבאַן. צי פּאַסט עס אַזוי דער רײַכסטער מדינה אויף דער וועלט צו האָבן אַזאַ „סאָבוויי‟, מיט סטאַנציעס, וואָס האָבן בדרך־כּלל אַן אויסזען פֿון אַ ווינקל אין אַ קאַנאַליזאַציע־סיסטעם, מיט שטשורעס, וואָס לויפֿן רויִק אַרום צווישן מיסט, צעוואָרפֿן אויף די רעלסן, אָדער אַפֿילו אויף דער פּלאַטפֿאָרם גופֿא?

אַזאַ טראַנספּאָרט־סיסטעם איז אַ טאָג־טעגלעכע דערנידערונג פֿאַר די מיליאָנען לײַט, וואָס ניצן זי, און אַ קלאָרער סימבאָל פֿון דעם צוגאַנג, וואָס מע פֿילט זייער אָפֿט אין אַמעריקע: טאָמער ביסטו ניט רײַך, האָסט נאָך ניט רעאַליזירט אין גאַנצן דײַן „אַמעריקאַנער חלום‟; טאָ באַקום דאָס וואָס מיר גיבן דיר און פּרוּוו ווערן אַזוי רײַך, דו זאָלסט עס ניט דאַרפֿן האָבן. דער דאָזיקער צוגאַנג פֿילט זיך ניט בלויז אין דער אונטערבאַן. אַזוי איז אויך, אַ שטייגער, אין דער מעדיצין, און דערצו — ממש אַ געלעכטער! — שרעקט מען דעם עולם מיט דער אייראָפּעיִשער מעדיצין.

אָבער דאָס איז אַלץ גאָרנישט אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, וואָס עס איז געשען — און גייט אָן ווײַטער — אין דער שטאָט פֿלינט, אין מישיגען. אַ מאָל איז עס געווען אַן אינדוסטריעלע שטאָט, און הײַנט זשיפּעט עס יאַקאָס אין דער פּאָסט־אינדוסטריעלער תּקופֿה אירער. די פֿאַבריקן זײַנען פֿאַרמאַכט, און ס’איז שווער צו געפֿינען אַרבעט. דערצו איז געקומען אַן אָנשיקעניש מיט וואַסער: די חכמים, וואָס טראָגן אַחריות פֿאַרן באַזאָרגן די שטאָט מיט וואַסער, האָבן אויף אַזוי ווײַט דערלאָזט די פֿאַרפּעסטיקונג פֿונעם טרינקוואַסער, אַז מע טאָר עס ניט ניצן, מחמת ס’איז אָנגעזעטיקט מיט בלײַ.

היסטאָריקער, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט גאָר אַלטע צײַטן, זײַנען געקומען צום אויספֿיר, אַז בלײַ האָט געשפּילט אַ מערדערישע ראָלע אין רוים. די רוימער האָבן פּשוט ניט געוווּסט, אַז ניצנדיק געפֿעס, געמאַכט פֿון אָט דעם מעטאַל, ווי אויך וואַסער־רערן, אויך פֿון בלײַ, האָבן זיי פֿאַרקירצט זייער לעבן. הײַנט איז עס ניט קיין נאָווינע, מע ווייסט זייער גוט, אַז בלײַ איז געפֿערלעך; אָבער אין פֿלינט, ווי אויך (אַזוי טענהט מען) אין אַ צאָל אַנדערע שטעט, חזרט זיך איבער די אוראַלטע מעשׂה. נאָך מער: די פּראָבלעם איז ניט קיין נײַע, דער בלײַ־קריזיס געדויערט שוין אַ לענגערע צײַט, אָבער בלײַבט ניט געלייזט. פֿון דעם קען מען טאַקע ווערן בייז, משוגע בייז. ס’איז ממש אַ סימבאָל פֿון אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון דער גאַנצער מלוכה־סיסטעם.

אַזעלכע און אַנדערע ערנסטע פּראָבלעמען, וואָס אַמעריקע האָט, קען מען ניט פֿאַרשרײַען. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז פֿון דעם גאַנצן טאַראַראַם, וואָס קומט פֿאָר פֿאַר אונדזערע אויגן, וועט, סוף־כּל־סוף, אַרויסקומען כאָטש עפּעס אַ טאָלק.