די אױסשטעלונג „קאָני־אײַלענד: װיזיעס פֿונעם אַמעריקאַנער חלום־לאַנד‟, אינעם ברוקלינער מוזײ, אַנטפּלעקט פֿאַר די באַזוכער די בונטע פֿילפֿאַרביקײט פֿונעם אַמאָליקן פּאָפּולערן פֿאַרװײַלונג־פּאַרק אױפֿן סאַמע ברעג פֿונעם אַטלאַנטישן ים.
בעת זײַן בלי־תּקופֿה אין דער ערשטער העלפֿט פֿון 20סטן יאָרהונדערט, האָט קאָני־אײַלענד צוגעצױגן ניט נאָר מיליאָנען באַזוכער פֿון ניו־יאָרק און די סבֿיבֿות, נאָר אױך צענדליקער קינסטלער, װאָס האָבן דאָ געפֿונען טעמעס פֿאַר זײערע שאַפֿונגען. דאָ האָבן זײ געשעפּט רױשטאָף פֿאַר זײער כּוח־הדמיון, און בײַ אײניקע איז קאָני־אײַלענד פֿאַרבליבן אױף יאָרן די באַליבטסטע טעמע. דאָ האָבן זײ געפֿונען אימאַזשן, מעטאַפֿאָרן און קאָלירן פֿאָרצושטעלן זײערע װיזיעס פֿון אַמעריקע.
ייִדן האָבן זיך באַװיזן אױף קאָני־אײַלענד גאַנץ פֿרי, נאָך אײדער מען האָט דאָ אױפֿגעבױט דעם פּאַרק. אַן אַמעריקאַנער בוך „אַ טאָג אױף קאָני־אײַלענד‟, װאָס איז אַרױס אין 1880, פֿאַרמאָגט שױן אַ סטערעאָטיפּיש בילד פֿון אַ ייִדישן פּעדלער: „אױף יעדער שריט און טריט / באַגעגנט מען אַ פֿלײַסיקן איזראַעליט, פֿאַרקױפֿן זונברילן‟ (די ייִדישע איבערזעצונג פֿון רודאָלף גלאַנץ). אינעם 20סטן יאָהונדערט האָט מען געשילדערט קאָני־אײַלענד אין פֿאַרשידענע סטילן און מאַנערן: ראָמאַנטיש, רעאַליסטיש, סאַטיריש, איראָניש, סימבאָליסטיש, אַבסטראַקט. מען האָט דאָ געפֿונען סײַ ביליקע און צומאָל מיאוסע מאַסן־קולטור, סײַ דאָס אָרט פֿאַר פּראַװען גלות ביחידות, סײַ פֿרײד און סײַ אומעט, סײַ לעבן און סײַ דעם טױט.
אינעם אָנהײב פֿון זײַן בלי־תּקופֿה, פֿאַר די שׂרפֿות, װאָס האָבן צעשטערט אַ סך פֿון די אַטראַקציעס, האָט קאָני־אײַלענד אױסגעזען װי אַ נס צוליב טעכנאָלאָגישע חידושים און קינסטלערישע המצאות. װי אַ גאַנצקײט, האָט ער געמאַכט אַ גװאַלדיקן רושם אױף די קינסטלער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. אַפֿילו הײַנט זעט מען אין די אָפּגעהיטע שטיקלעך פֿון די אַמאָליקע מכשירים, װיפֿל מי און אײַנפֿאַלערישקייט האָט מען אַרײַנגעלײגט אין די קלענסטע דעטאַלן.
ניט שוואַכער איז געװען דער אײַנדרוק פֿון קאָני־אײַלענד אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אײניקע שילדערונגען און סצענעס דערמאָנען די בילדער פֿון קאָני־אײַלענד אין די ראָמאַנען: „אָנקל מאָזעס‟ פֿון שלום אַש און „שׂונאים: געשיכטע פֿון אַ ליבע‟ פֿון יצחק באַשעװיס. ניט װײניק חשובֿ איז קאָני־אײַלענד געװען אױך פֿאַר די ייִדישע דיכטער. זײ האָבן דאָ געזען ניט סתּם אַ פֿאַרװײַלונג־פּאַרק, נאָר אַ מין גרענעץ־לאַנד, װאָס ליגט צװישן ים און יבשה. דער דאָזיקער צװישן־מצבֿ האָט באַקומען פֿאַרשידענע אױסטײַטשונגען בײַ פֿאַרשידענע דיכטער.
װען משה־לײב האַלפּערן, „דער פּאָעט‟, „האָט דעם טױט אױף די כװאַליעס געזען‟, איז ער טאַקע געשטאַנען אױפֿן ים־ברעג און געקוקט קײן מיזרח, אין דער ריכטונג פֿון דער אַלטער הײם. די דאָזיקע סתּירה צװישן דאָ און דאָרטן, הײַנט און נעכטן, װערט דאָ באַטאָנט דורכן קאָנטראַסט צװישן „מענטשן פֿיל טױזנט‟, װאָס האָבן „אין װאַסער זיך װילד מיט דעם לעבן געפֿרײט‟, און דער אײנזאַמקײט פֿונעם דיכטער פּנים־אל־פּנים מיטן טױט. די דאָזיקע װיזיע האָט אַן אָפּקלאַנג אין דער פֿאָטאָגראַפֿישער שאַפֿונג פֿון האַלפּערנס אַ לאַנדסמאַן פֿון זלאָטשעװ, אַרטור פֿעליג. ער האָט זיך קונה־שם געװען אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָטאָגראַפֿיע אונטערן נאָמען „װידזשי‟, מיט זײַנע ברוטאַלע בילדער פֿון קרבנות פֿון גאַסן־פֿאַרברעכנס. אָבער אױף קאָני־אײַלענד האָט ער טאַקע פֿאָטאָגראַפֿירט דעם פֿרײלעכן המון אױפֿן ים־ברעג.
גאָר אַן אַנדער בילד — אימפּרעסיאָניסטיש און סענסועל — טרעפֿט מען אין בעריש װײַנשטײנס ליד „אױפֿן אינדזל פֿון גראָטעסק‟. דאָס איז אַן אָרט פֿון לוסט און תּאװה: „נאַסע פֿרױען־היפֿטן רינען אָפּ זאַלציק אין האַרטע מענערישע אָרעמס, / און דורך נאַסע קאָסטיומען רײַסט זיך דורכזיכטיק איטלעכס גליד.‟ צװישן אַלע ייִדישע דיכטער איז װײַנשטײן געװען מסתּמא דער סאַמע פֿילעװדיקער צו די שטימונגען, קאָלירן און דעם מאַגישן כּוח פֿונעם ים. אויב פֿאַר האַלפּערן איז קאָני־אײַלענד געװען דאָס אָרט פֿון פּראַװען התבודדות אין דער סאַמע מיט פֿונעם המון, איז װײַנשטײן פֿאַרכּישופֿט געווען דורך עקזאָטיק: „ס’זיצט אַ פֿאַרלײגטער סולטאַן אין אַ מײדל־רינג, געקלײדט אין פֿײַגן־בלעטער. / פֿון זײערע האָר שמעקט קטורת און בשׂמים‟. „דער אינדזל פֿון גראָטעסק‟ איז אַן אָרט פֿון עבֿודה־זרה, װאָס ציט צו און אײנצײַטיק שרעקט אָפּ.
אַ סבֿרה, אַז האַלפּערן, װײַנשטײן און אַנדערע ייִדישע דיכטער האָבן געשעפּט זײער מעטאַפֿאָרישן שטאָף פֿאַר זײערע גראָטעסקישע און לעבעדיקע בילדער פֿון ניו־יאָרק דװקא אױף קאָני־אײַלענד. און פּונקט װי אַנדערע פּאָפּולערע ערטער אין דער שטאָט, האָט קאָני־אײַלענד געהאַט פֿאַר זײ אַ ספּעציעלן ייִדישן בײַטעם, װאָס איז געװאַקסן פֿון דער מעלאַנכאָלישער נאָסטאַלגיע נאָכן פֿאַרשװוּנדענעם עבֿר. פֿאַרן אַלגעמײנעם אַמעריקאַנער עולם איז דער דאָזיקער מעלאַנכאָלישער בײַטעם פֿון קאָני־אײַלענד געװאָרן בולט ערשט שפּעטער, װען דער לאָקאַל איז אונטערגעגאַנגען אין די 1960ער–1970ער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.