דער גולם פֿון האַוואַנאַ

The Golem of Havana

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „גולם פֿון האַוואַנאַ‟
Carol Rosegg
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „גולם פֿון האַוואַנאַ‟

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 10, 2016, issue of April 01, 2016.

לעצטנס, האָב איך זיך אַרויסגעלאָזט אין וועג אַרײַן קיין מיאַמי־ביטש, זען אַ מוזיקאַלישע פּיעסע וואָס געהייסן האָט זי „דער גולם פֿון האַוואַנאַ‟. געשריבן און רעזשיסירט האָט עס מײַקל האַוסמאַן, די מוזיק האָט געשריבן דער דראַמאַטורג אַליין. דער זאַל איז געווען געפּאַקט מיט יונגע חבֿרה, דאָ און דאָרט האָט זיך אָנגעזען דער מיטעלער און עלטערער עולם. אַלע האָבן צווישן זיך גערעדט שפּאַניש. נישט אַלע זײַנען געווען ייִדן. איך בין געווען נײַגעריק צו וויסן צי „דער גולם פֿון האַוואַנאַ‟ האָט עפּעס געהאַט אַ שייכות מיטן גולם פֿון פּראָג, וואָס דער מהרל — (מורינו הגדול רבי יהודה לייב בן בצלאל 1520—1609) האָט באַשאַפֿן, אַ גולם וואָס האָט זיך געדאַרפֿט אײַנשטעלן פֿאַר אונדז ייִדן ווען ס׳האָט אונדז געדראָט אומקום.

איז אַזוי, קודם איז עס געווען אַ מוזיקאַלישע פּיעסע. צווייטנס, איז דער ערשטער אַקט געווען געווידמעט דעם דיקטאַטאָר, גענעראַל פֿולגענציאָ באַטיסטאַ, וועלכער איז געווען דער פּרעזידענט פֿון קובאַ פֿון 1940 ביז 1944, און דיקטאַטאָר פֿון 1952 ביז 1959, ווען פֿידעל קאַסטראָ האָט מיט אים געשלאָגן כּפּרות, איבערגענומען דאָס רעדל און געשאָנקען קובאַ זײַן אייגענע דיקטאַטור.

די פֿראַגע איז, ווי אַנדערש האָבן אויסגעזען ביידע דיקטאַטורן? איז עס אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז ס׳איז די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלײַערט? איך מיין צו זאָגן, אַז באַטיסטאַ האָט אָנגעפֿילט זײַן טײַסטער מיטן עשירות פֿון לאַנד, בעת ער האָט געשינדט די הויט פֿון זײַן באַפֿעלקערונג מיט הונגער און נויט, תּפֿיסות און הריגות; דער עיקר, דערלאַנגט דעם פֿאָלק אַ פּאָרציע מיט האַלטן דאָס מויל, דאָס זעלבע פֿון קאַסטראָן צו הערן. די האַנדלונג קומט פֿאָר מיט אַ ייִדישער משפּחה, דער טאַטע אַ שנײַדער, אַ נאָכגיביקער ייִד; די מאַמע פֿירט דאָס הויזגעזינט מיט אַן אײַזערנע האַנט, די טאָכטער האָט שוין געווידמעט איר לעבן צו דער קומענדיקער רעוואָליוציע, געשלאָסן יד־אחת מיטן זון פֿון דער איבערגעגעבענער דינסט. דער זון איז אַ טונקל־הויטיקער רעוואָלוציאָנער, באַטיסטאַס שנאַפּ־הינט זוכן אים אַרום, באַהאַלט ער זיך אויס בײַ דער ייִדישער משפּחה בעת די טאָכטער מיטן יונגערמאַן פֿירן אַ ליבע. דערווײַל וואַרט איך אויפֿן גולם. אויפֿן עקראַן באַווײַזט זיך עפּעס אַ ריזיקע סטראַשידלע, טוט גאָרנישט און פֿאַרשווינדט. ערגעץ צווישן די זינגענדיקע שורות דערמאָנט מען, אַז דער גולם פֿון פּראָג האָט געראַטעווען די ייִדן און מ׳זינגט ווײַטער. צווישן די אַקטיאָרן האָב איך דערקענט אונדזערע אייגענע ייִדישע אַקטיאָרן: די ראָלע פֿון טאַטן האָט אויסגעפֿירט דער העכסט טאַלאַנטירטער ייִדישער אַקטיאָר אַלען ריקמאַן, און די מאַמע — די פּרעכטיקע ייִדישע אַקטריסע, יעלענאַ שמולענסאָן. זייער טאָכטער — די געראָטענע שוישפּילערין, ליבאַ ווײַנבערג.

נו, אויב דאָס איז די מעשׂה, האָב איך זיך געטראַכט, מוז איך שוין צולייגן קאָפּ און זיך גוט צוהערן צו די מוזיקאַלישע שורות. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן? גוטע זינגער, גוטע שפּילער, נאָר די מוזיק, איינטאָניק, זי בײַט זיך נישט, נישטאָ קיין אונטערשייד מעלאָדיש פֿון ערשטן ביז לעצטן ליד. קומען מיר צוריק צו וואָס איז נײַס אונטער דער זון? גאָרנישט! איין דיקטאַטאָר מאַכט אָן אַ הונגער־באַנקעט פֿאַרן פֿאָלק, הרגעט און שעכט; דער צווייטער קומט צו רײַטן אויף אַזעלכע פֿראַזן, געגליכן צו אונדזער אייגענעם בערני סענדערס, ער מאָלט אויס דעם סאָציאַליזם מיט יושר און גערעכטיקייט, אַלע גלײַך, און אַז ער וועט אונדז אויסלייזן מיט גאָלדענע גליקן און צוזאָגן פֿון יושר און גערעכטיקייט. ערשט דעמאָלט וועלן מיר פּטור ווערן פֿון די באַטיסטאַס פֿון „וואָל־סטריט‟, וואָס ראַבעווען און שינדן אונדזער הויט בעת זיי רייניקן אויס אונדזער קאַסע, בלויז דעמאָלט וועט קומען די ישועה אויף אונדז… ס׳קלינגט גוט.

ליבע פֿרײַנד, לאָמיר זיך נישט נאַרן, איין דיקטאַטור ברענגט אַ צווייטע, אונטער פֿאַרשיידענע לאָזונגען און קלינג־ווערטער וואָס זײַנען טאַקע שיין און געראָטן, נאָר צום עסן טויג עס נישט. און איך האַלט נישט, אַז בערני סענדערס איז אַ מין קאַסטראָ, חס־וחלילה. נאָר אין ארץ־ישׂראל שרעקט מען זיך אמת מות, אויב בערני געווינט וועט דער אַנטיסעמיטיזם אויפֿפֿלאַקערן ווי אַ האָלאָוועשקע. די וועלט איז אָבער אַזוי אײַנגעשטעלט, די יונגע קײַען וואָס די אַלטע שפּײַען… אפֿשר אין אַמעריקע, ווו מ׳שלאָגט זיך און מ׳הרגעט זיך מיט ווערטער, איז אונדז געלונגען אויסצומײַדן אַ דיקטאַטור.

און איצט, צוריק צו דער פּיעסע: דער גולם איז נאָך אַלץ נישטאָ. וואָס איז יאָ דאָ איז דאָס וואָרט גולם. ס׳איז הײַנט געוואָרן אַזאַ מאָדע, צוצוציִען אַ טעאַטער־עולם מיט אַ ייִדיש וואָרט, טובֿיה אויפֿן דאַך; יענטל, דער כּישוף־מאַכער פֿון לובלין, דער זון פֿון שאולן, די צען געבאָט, איך הער אַז בקרובֿ קומט אַ נײַע פּיעסע אונטערן טיטל „דיבוק־לאַטינאָ‟ — די פֿילמען און פּיעסעס, מוזיקאַלישע, דראַמאַטישע, אַבי ס׳האָט עפּעס אַ שייכות צו ייִדן. „דער גולם פֿון האַוואַנאַ‟ — צוויי צוציִענדיקע ווערטער. עס פֿעלט בלויז די קולטור־געשיכטע פֿונעם גולם און דער מהר״ל פֿון פּראָג. אפֿשר איז מען געווען אויסן צו זאָגן, אַז עס קומען אויף האַוואַנע גוטע צײַטן ווי נאָר מ׳ווערט פּטור פֿון די קאָסטראָ־ברידער. די צרה איז, אַז יעדער נײַער דור פֿאַנטאַזירט, אפֿשר וועט אויסברעכן דער שלום צווישן פֿעלקער און די מאַכט וועלן פֿאַרכאַפּן מלאכים און נישט קיין לעבעדיקע מענטשן, ערשט דעמאָלט וועט אויף אונדז אַלע קומען די ישועה.

פֿון דעסקוועגן, שלאָג איך פֿאָר צו זען דעם „גולם פֿון האַוואַנאַ‟, ווײַל די פֿאָרשטעלונג קומט אין קורצן קיין ניו־יאָרק.