נאָך יאָרן לאַנג פֿון רײַבונגען מיט דזשאָנאַטאָן ברענט, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, האָט מאַרטי פּרץ — אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג און דער געוועזענער אייגנטימער פֿונעם זשורנאַל The New Republic — רעזיגנירט פֿון דער פֿאַרוואַלטונג מיט כּעס, בעת ייִוואָס בודזשעט־זיצונג מאָנטיק, דעם 7טן מאַרץ.
מאַרטי פּרץ איז אַן אור־אייניקל פֿונעם ייִדישן שרײַבער, י. ל. פּרץ.
„איך האַלט, אַז דזשאָנאַטאָן ברענט איז אומאַחריותדיק און פֿירט זיך ווי אַ דיקטאָטאָר,‟ האָט פּרץ באַמערקט אין אַ טעלעפֿאָן־אינטערוויו מאָנטיק. „במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר האָב איך נישט איין מאָל געקלערט זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער פֿאַרוואַלטונג.‟
„דאַכט זיך, אַז יעדער ווייסט, אַז מאַרטי איז אַ היצקאָפּ,‟ האָט ברענט טעלעפֿאָניש געזאָגט. „ער איז אַ שווערער מענטש.‟
די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג האָבן געוווּסט, אַז פּרץ איז נישט מסכּים מיט אַ טייל פֿון די ייִוואָ־פּראָיעקטן. „מאַרטי איז געווען אומבאַקוועם מיט דער אַלגעמיינער ריכטונג פֿון ייִוואָ און דזשאָנאַטאָן ברענט,‟ האָט ברוס סלאָווין, אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג, געזאָגט.
אַ צווייטער מיטליד האָט באַמערקט, אַז אַ טייל פֿון דער פֿאַרוואַלטונג האָט גיכער געוואָלט, אַז ייִוואָ זאָל זיך קאָנצענטרירן אויף אַנדערע זאַכן אַחוץ דיגיטאַליזירן די ווילנער זאַמלונג — אַן אַרכיוו פֿון צענדליקער טויזנטער דאָקומענטן. דער פּראָיעקט איז געווען דער הויפּט־פֿאָקוס פֿון ייִוואָ אין 2015.
די פֿאַרוואַלטונג האָט געהאַט באַשטימט $691,000 פֿאַרן פּראָיעקט און פֿאַרן איבערמאַכן די וועבזײַט, אָבער די נדבֿות, וואָס זענען דערווײַל אַרײַנגעקומען דערפֿאַר האָבן דערגרייכט אַ סך אַ גרעסערע סומע ווי מע האָט זיך געריכט: 1.2 מיליאָן דאָלאַר.
פּרץ האָט אויך אויסגעדריקט פֿרוסטרירונג, וואָס ברענט קען נישט קיין העברעיִש; וואָס ער האָט בײַ אַ טייל בענעפֿיטן געזאַמלט זייער ווייניק געלט, און אַז ייִוואָ האָט פֿאַראַיאָרן געליטן פֿון אַ דוחק פֿון $500,000 — אַ באַשולדיקונג, וואָס ברענט און די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג לייקענען.
פּרץ האָט אויך געטענהט, אַז אויפֿן פֿאַראַיאָריקן באַנקעט לכּבֿוד 90 יאָר ייִוואָ, האָט מען אָפּגעגעבן כּבֿוד ראָז טשאַסט, אַ קאַרטוניסט בײַם זשורנאַל The New Yorker, כאָטש זי האָט אַליין מודה געווען, אַז זי האָט פֿאַרן פֿאַרבעטן ווערן, אַפֿילו נישט געוווּסט וואָס דער ייִוואָ איז.
פּרץ איז אויך געווען אויפֿגעבראַכט, צוליב דעם וואָס ברענט האָט נישט געוואָלט דורכפֿירן אַן אויסשטעלונג לכּבֿוד י. ל. פּרצס הונדערטסטן יאָרצײַט פֿאַראַיאָרן. „מיר דאַכט זיך, אַז דאָס איז געווען זײַן נקמה פֿאַר מײַן האָבן געמאַכט צרות פֿאַר אים,‟ האָט פּרץ באַמערקט.
ברענט האָט געזאָגט, אַז דער ייִוואָ איז דווקא אין אַ גוטן פֿינאַנציעלן מצבֿ. אויף דער פֿראַגע, צי דער אינסטיטוט האָט לעצטנס פֿאַרלוירן וויכטיקע מנדבֿים, האָט ער געלאַכט און געענטפֿערט: „נו, מיר האָבן צוגעקראָגן נײַע, און אויך פֿאַרלוירן אַ פּאָר.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.