ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ”, אריאל כּהן־סבן, (לינקס) מיט פּרעזידענט פֿון דער „באַנק פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס‟
Courtesy of www.daia.org.ar
דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ”, אריאל כּהן־סבן, (לינקס) מיט פּרעזידענט פֿון דער „באַנק פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס‟

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published March 10, 2016, issue of April 01, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

קהילה פּראַוועט אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון דער פֿרוי

דער אינטערנאַציאָנאַלער טאָג פֿון דער פֿרוי איז אויך הײַיאָר דערמאָנט געװאָרן דעם 10טן פֿעברואַר אין דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. בײַ אַ פֿול געפּאַקטן זאַל האָט מען דערמאָנט די געשעענישן, װאָס האָבן דערפֿירט, אַז אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט זאָל מען אָנהייבן דעם קאַמף, די אַרבעטנדיקע פֿרויען זאָלן באַקומען גלײַכע רעכט. רעדעס און אַ קאָנצערט פֿון רעװאָלוציאָנערע און קאַמף־לידער באַגלייט פֿון אַ צוגעפּאַסטן װידעאָ האָבן באַרײַכערט דעם אָװנט. דער אײַנטריט איז געװען אַ פֿרײַער און אַן אומזיסטער אָבער דער עולם האָט באַדאַרפֿט ברענגען שולהעפֿטן װאָס װעלן פֿאַרטיילט װערן צװישן די תּלמידים פֿון אָרעמע געגנטן פֿון דער שטאָט.


באַנק־פּרעזידענט זאָגט צו צו שטיצן פּראָגראַמען פֿון חורבן־דערציִונג

דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ”, אריאל כּהן־סבן, האָט זיך דאָנערשטיק, דעם 3טן מאַרץ, געטראָפֿן מיטן פּרעזידענט פֿון דער „באַנק פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס‟ — כאַװיער אָרטיז־באַטאַליאַ. די באַנק איז די פֿינאַנציעלע אונטערנעמונג פֿון דער שטאָט, און דער באַנק־פּרעזידענט האָט פֿאַרשטאַרקט דעם קאָמפּראָמיס מיטצואַרבעטן מיט דעם ייִשובֿ אויפֿן פֿעלד פֿון מענטשנרעכט, קאַמפּיינען קעגן דיסקרימינאַציע און שטיצן דערציִערישע פּראָגראַמען צו לערנען װעגן חורבן. ער האָט אויך צוגעזאָגט שטיצן עקאָנאָמיש דעם צענטראַלן אַקט װען מען װעט דערמאָנען דעם חורבן דעם קומענדיקן 9טן מײַ.


אַנטי־ציוניסטן פּראָטעסטירן ישׂראלדיקע פֿאָנען בעת טרעפֿונג פֿון ייִדישע פֿאָרשטייער מיט דער גובערנאַטאָרין

ייִדישע אַנטי־ציוניסטישע גרופּעס האָבן גלײַכצײַטיק רעאַגירט מיט אַנטיסעמיטישע באַװעגונגען װײַל אויף דער טרעפֿונג פֿון ייִדישע פֿאָרשטייערס מיט דער גובערנאַטאָרין פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם 23סטן פֿעברואַר, זײַנען אין ביוראָ געװען ישׂראלדיקע פֿאָנען. ייִדן האָבן געטענהט, אַז ישׂראל און די ייִדישע פֿאָרשטייערשאַפֿט רעפּרעזענטירט זיי נישט און די אַנטיסעמיטן גיבן אָן, אַז ישׂראל מישט זיך װידער אַרײַן אין די אַרגענטינער ענינים.


„װאַלענבערג־צענטער‟ מערקט אָפּ דעם 11טן יאָרצײַט פֿון „מוסד‟־אַגענט, פּיטער מאַלקין

דעם 27סטן פֿעברואַר 2005 איז אין ניו־יאָרק געשטאָרבן פּיטער מאַלקין. אַ געבויורענער אין דײַטשלאַנד אין 1927, האָט זײַן משפּחה עולה געװען אין 1936 איבערן פֿאַרמלחמהדיקן אַנטיסעמיטיזם. אַ 150 משפּחח־מיטגלידער זײַנען אומגעקומען בעתן חורבן. נאָכן אויפֿקום פֿון דער מדינה װערט ער אַ מיטגליד פֿונעם „מוסד‟, װוּ ער אַרבעט 27 יאָר. צװישן זײַנע מיסיעס האָט ער אַנטדעקט דעם שפּיאָן ד״ר ישׂראל בעער, װאָס איז אַפֿילו געװען דוד בן־גוריונס מיליטערישער ראָטגעבער און באַזאָרגט מיט אינפֿאָרמאַציעס דער סאָװיעטישער אַמבאַסאַדע. זײַן װיכטיקסטע מיסיע איז געװען „גאַריבאַלדי‟, װאָס האָט פֿאַרכאַפּט אַדאָלף אייכמאַנען אין אַרגענטינע. ער האָט אַליין דערציילט אַז ער האָט זיך געהאַט געקויפֿט לעדערנע הענטשקעס אים נישט אָנצורירן. דער „װאַלענבערג־צענטער‟ אין בוענאָס־אײַרעס האָט אים דערמאָנט צו זײַן 11טער יאָרצײַט.


אַ בקשה צו עפֿענען אַרכיוון וועגן באַציִונגען צווישן ישׂראל און אַרגענטינער דיקטאַטור אין די 1970ער

ישׂראלדיקע און אַרגענטינער ייִדישע לינקע קרײַזן האָבן צוגעשטעלט אַ בקשה דער רעגירונג פֿון פּרעזידענט מאַקרי, מען זאָל עפֿענען די סודותדיקע אַרכיװן װאָס פֿאַרמאָגן אינפֿאָרמאַציעס װעגן די באַציִונגען פֿון ישׂראל מיט דער מיליטערישער דיקטאַטור פֿון די 1970ער יאָרן. איינע פֿון די מאַמעס פֿון די „פֿאַרשװוּנדענע‟, רענע עפּעלבאַום, האָט שוין אין די 80ער יאָרן געהאַט דערקלערט, אַז זי װאָלט נישט געװאָלט זיך דערװיסן, אַז אירע קינדער האָבן די אַרגענטינער מיליטער לײַט אומגעבראַכט מיט ישׂראלדיקן געװער, און דער רבֿ מנחם הכּהן, װאָס איז געװען אויך אַ פֿאָרשטייער פֿון דער „עבֿודה‟־פּאַרטיי אין דער כּנסת, האָט באַזוכט אַרגענטינע אין 1980 און האָט דערקלערט פֿאַר ייִדישע זשורנאַליסטן, אַז „מיר האָבן געשאַפֿן אַ ייִדישע מדינה זי זאָל זײַן אַנדערש פֿון אַנדערע מדינות, אַ יושרדיקע און אַ סאָציאַליסטישע און נישט זי זאָל צושטעלן געװער מיליטערישע דיקטאַטורן פֿון לאַטײַן־אַמעריקע‟. דערװײַל איז פֿון דער נײַער אַרגענטינער רעגירונג ניטאָ קיין אָפּרוף װעגן דעם.


רירנדיקע אויסשטעלונג פֿון אַנאַ פֿראַנק אין קאַטוילישן אוניווערסיטעט

אין דעם מוזיי פֿון דעם קאַטוילישן אונוװערסיטעט איז דערעפֿנט געװאָרן אַן אויסשטעלונג געװידמעט אַנאַ פֿראַנק. ביזן 27סטן מאַרץ װעט מען קענען זען אָריגינאַלע אָביעקטן, דאָקומענטן און עדות װאָס האָבן אַ שײַכות מיט אַנאַן און מיטן חורבן. אַ ספּעציעל בוך צו באַהאַלטן דאָקומענטן, אַן אומלעגאַלע ראַדיאָ, געלע לאַטעס, עלעמענטן צו פֿעלשן דאָקומענטן, אויסגאַבעס אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן פֿון אַנאַס טאָגבוך (פּערסיש, פֿיניש), און אַ זײַטל פֿון אַנאַס טאָגבוך רופֿן די אויפֿקערקזאַמקייט פֿון די באַזוכערס. 33 פּלאַקאַטן באַשרײַבן דעם אויפֿקום פֿון נאַציזם און די געשיכטע פֿון דער משפּחה פֿראַנק. מען זעט אַנאַס בילדער אין שול, מיט אירע חבֿרטעס און װי זי גליטשט אויפֿן שניי, איר באַליבסטע פֿאַרװײַלונג. אַ רירנדיקע געשיכטע איז װי אַזוי דעם טאַטנס סעקרעטאַרשע מיעפּ ראַטעװעט אַנאַס טאָגבוך און גיט עס איבער דעם טאַטן מיט די װערטער: „דאָס איז אײַער טאָכטערס צװאה‟. מען דערװאַרט אין די נאָענטע טעג באַזוכן פֿון שול־תּלמידים.


אויסשטעלונג אין פּראָווינץ טוקומאַן לכּבֿוד 250 יאָר פֿונעם ייִדישן שפּיטאָל אין בערלין

אין דער פּראָװינץ טוקומאַן, מיט דער שטיצע פֿון דער „דאַיאַ‟ און פֿון דער דײַטשישער אַמבאַסאַדע האָט מען דאָנערשטיק, דעם 3טן מאַרץ, דערעפֿנט די אויסשטעלונג „250 יאָר פֿון דעם ייִדישן שפּיטאָל אין בערלין‟. די אויסשטעלונג, װאָס איז צוגעגרייט געװאָרן פֿון „משה מענדלסאָן־צענטער‟ אין פּאָטסדאַם, איז שוין געװיזן געװאָרן אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון לאַנד מיט גרויס דערפֿאָלג.