די צײַט איז געקומען. 18 יאָר בין איך געשטאַנען בראָש פֿונעם ייִדישן „פֿאָרווערטס‟ — איין מאָל ח״י — דווקא אַ מזלדיקע צאָל יאָרן; און כ׳קאָן זאָגן מיט אַ גרינג האַרץ, אַז מײַנע פֿאָרגייער, די זעקס רעדאַקטאָרן, וואָס זײַנען געשטאַנען בײַם רודער פֿון דער ייִדישער אויסגאַבע, האָב איך מיט מײַן רעדאַקטאָרישער אַרבעט נישט פֿאַרשעמט. צו זײַן דער זיבעטער אין דער היסטאָרישער רשימה איז אַ גרויסער כּבֿוד.
ווען עס קומט אַזאַ צײַט, קוקט מען זיך אום. און טאַקע: דער ייִדיש־מענטש האָט הײַנט אַ מאָדערנע פּאַפּירענע צײַטונג און אַ וועבזײַט, אָנגעפּיקעוועט מיט אַ סך גוטע און ניצלעכע זאַכן. דאָס אַלץ האָט געפֿאָדערט אַ סך געדולד, דערפֿאַרונג, האָרעוואַניע; אָבער די רעזולטאַטן, די כּסדר־וואַקסנדיקע צאָל באַזוכער ביז אַהער, האָט צוגעגעבן כּוח און חשק צו טאָן די אַרבעט מיט הנאה און אַזאַרט.
במשך פֿון די יאָרן האָט זיך באַנײַט און צעוואַקסן די שרײַבערישע בראַנזשע פֿון דער צײַטונג; פֿון געציילטע מחברים אין די סוף 1980ער ביז עטלעכע און צוואַנציק אין 2016. דרײַ דורות זײַנען זיך צונויפֿגעקומען אין דער 18־יאָריקער תּקופֿה: די פּראָמינענטע שרײַבער פֿונעם עלטערן דור: יצחק לודען, דבֿ שטולבאַך, מרדכי דוניץ, חיים ביידער, מרים האָפֿמאַן, מישע לעוו, יחיאל שרײַבמאַן…
אַ ממשותדיקן בײַטראָג האָבן אַרײַנגעבראַכט מיט זייערע באַלערנדיקע און הויך־פּראָפֿעסיאָנעלע אַרטיקלען מײַנע קאָלעגן און פֿרײַנד: גענאַדי עסטרײַך, מיכאל קרוטיקאָוו, איציק גאָטעסמאַן, יואל מאַטוועיעוו, מיכאל פֿעלזענבאַום, משה לעמסטער, הערשל גלעזער, אַבֿרהם ליכטענבוים, שׂרה זילבערמאַן, קאָבי ווײַצנער, אָדם גרוזמאַן.
הײַנט קען איך מיט שטאָלץ זאָגן, אַז פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־חדר זײַנען אַרויס און פֿאַרשטאַרקט זייערע שאַפֿערישע קולות די מחברים פֿונעם גאָר ייִנגערן דור: לייזער בורקאָ, עמיל און שבֿע קאַלין, דזשאָרדין קוציק, איציק בלימאַן, עדי מהלאל, שמואל פּערלין, אַלכּסנדרה פּאָליאַן. זיי זײַנען געוואָרן שטענדיקע קאָרעספּאָנדענטן, און כ׳וויל האָפֿן, אַז זיי וועלן ממשיך זײַן זייער וווּקס.
אַ באַזונדערן יישר־כּוח וויל איך אויסדריקן דעם גראַפֿיקער, באָריס בודיאַנסקי. אַ גרינער אימיגראַנט פֿון אָדעס, איז ער געקומען אין רעדאַקציע אָן אַ פֿאַרשטאַנד אין די קוואַדראַטע אותיות, און אַז די גאַנצע אַרבעט ווערט געפֿירט פֿון רעכטס אויף לינקס. זײַן פֿעיִקייט און אײַנגעשפּאַרטקייט האָט אים געהאָלפֿן גובֿר צו זײַן אַלע טעכנישע און שפּראַכלעכע שוועריקייטן. הײַנט פֿאַרשטייט ער און לייענט ייִדיש, און אָן זײַן אַרבעט, וואָלט די צײַטונג נישט אויסגעזען אַזוי ווי זי זעט אויס. אַ האַרציקער דאַנק קומט אונדזער אוידיאָ־ און ווידעאָ־אינזשעניר נחום קויפֿמאַן.
אין די ראַמען פֿון „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך מיר אײַנגעגעבן דורכצופֿירן נישט איין פּראָיעקט, באַזונדערס, אויף דער וועבזײַט, צו באַדאַנקען דער פֿאַרוואַלטונג; אָבער דער אוניקאַלער ווידעאָ־פּראָיעקט „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס‟ (9 דאָקומענטאַרע פֿילמען), מיט דער טעכנישער הילף פֿון חנה פּאָלאַק, פֿאַרנעמט אין דער רשימה דעם אויבנאָן. פֿאַרן שטיצן דעם וויכטיקן אויפֿטו און זײַן חבֿרישער באַציִונג במשך פֿון די אַלע יאָרן וויל איך באַדאַנקען דעם „פֿאָרווערטס‟־פֿאַרלעגער שמואל נאָריך.
די ייִדישע צײַטונג שטייט איצט אויף דער שוועל פֿון גרויסע ענדערונגען. אין דער־אָ נישט קיין לײַכטער נײַער תּקופֿה איז די לאַסט פֿון פּראָבלעמען געפֿאַלן דווקא אויף אַ פֿרוי, מײַן קאָלעגע, שׂרה־רחל שעכטער. שׂרה־רחל האָב איך פֿאַרבעטן אויף אַרבעט צווישן די ערשטע פֿון דער באַנײַטער רעדאַקציע, גאָר אין גיכן נאָך מײַן אָנהייבן די אַרבעט, אין 1998. איך בין זיכער, אַז די אַלע יאָרן פֿון אונדזער טאָג־טעגלעכער בשותּפֿותדיקער אַרבעט, די דערפֿאַרונג און עצות וועלן איר אַרויסהעלפֿן בײַם אָננעמען וויכטיקע באַשלוסן.
צו שטיין אין שפּיץ פֿון אַזאַ לאַנג־דורותדיקער ייִדישער אויסגאַבע, איז נישט נאָר בכּבֿודיק; עס מיינט אויך אויסצוהאַלטן די אַלע שאַרפֿע שטעכן, וואָס דעם רעדאַקטאָר קומט אויס צו פֿילן, געפֿינענדיק זיך אויפֿן סאַמע שפּיץ. איך ווינטש דיר, שׂרה־רחל, אַ סך כּוח און געדולד עס אויסצוהאַלטן אויף דײַן נײַעם פּאָסטן און גיין ווײַטער, ווי עס מיינט טאַקע דער נאָמען פֿון אונדזער פּובליקאַציע — „פֿאָרווערטס‟.
און אַחרון אַחרון חבֿיבֿ. עס איז מיר נישט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן: פֿון וואַנען נעמסטו כּוח און צײַט אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע זאַכן אויסצופֿירן? וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, טײַערע פֿרײַנד, ס׳איז טאַקע געווען גאָר נישט גרינג. איין קלייניקייט, כ׳האָב שטענדיק געפֿילט לעבן זיך די שטיצע און ליבע פֿון מײַן פֿרוי, ראַיע. איר קומט דער גרעסטער יישר־כּוח!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.