עס טרעפֿט זיך אַ מאָל, אַז אַ מענטש זאָל לעבן אַזוי לאַנג, אַז ער בלײַבט דער סאַמע־לעצטער עדות פֿון אַ היסטאָרישער תּקופֿה. מע רעדט אַ סך וועגן די לעצטע וועטעראַנען פֿון מלחמות און די לעצטע איבערלעבער פֿון פֿאַרשידענע קאַטאַסטראָפֿעס, אָבער ניט גענוג וועגן די לעצטע, וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין מער פֿרייעלעכע מאָמענטן פֿון דער געשיכטע. עס דאַכט זיך מיר, אַז אויף דער ייִדישער גאַס איז אונדז געבליבן פּונקט אַזאַ „לעצטער מאָהיקאַנער‟: פֿײַוויש פֿינקעל, דער לעצטער שטערן פֿון דער גאָלדענער תּקופֿה פֿונעם ניו־יאָריקער ייִדישן טעאַטער.
פֿײַוויש פֿינקעל איז געבוירן געוואָרן אין 1922 אין ברוקלין. זײַן לעגאַלער נאָמען איז „פֿיליפּ‟ אָבער ער האָט אַדאָפּטירט דעם צונאָמען פֿײַוויש מיט העכער 80 יאָר צוריק, ווען ער האָט אָנגעהויבן שפּילן אויף דער ייִדישער בינע צו נײַן יאָר. אין קעגנזאַץ צו אַ סך קינדער פֿון ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס האָבן אָנגעהויבן זייער קאַריערע אויף דער ייִדישער בינע, איז פֿינקעל לאַנג געבליבן געטרײַ זײַנע וואָרצלען און האָט געשפּילט כּמעט 35 יאָר אויסשליסלעך אינעם ייִדישן טעאַטער. אין 1965 איז ער אַריבער אויף „בראָדוויי‟, שפּילנדיק די ראָלע פֿון „מרדכי דער קרעטשמער‟ אין „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ ביז 1972.
נאָך אַ ריי אַנדערע פֿאָרשטעלונגען אויף דער בינע איז ער געוואָרן אַ שטערן אויף דער טעלעוויזיע אין אַזעלכע פּראָגראַמען ווי „שטאַכעטנע פּלויטן‟ (Picket Fences) און „באָסטאָן־פּאָבליק‟ (Boston Public); און ווי אַ גאַסט — אויף אומצאָליקע פּראָגראַמען, אַזוי ווי די קרימינאַלע דראַמע „געזעץ און אָרדענונג‟ (Law and Order) און אַפֿילו די אַנימירטע קאָמעדיע „די סימסאָנס‟. אויף ייִדיש האָט ער געשפּילט צום לעצטן מאָל אין דער ראָלע פֿון אַ דיבוק אינעם פֿילם „אַן ערנסטער מענטש‟ פֿון די ברידער כּהן.
צוליב די אומצאָליקע ראָלעס וואָס ער האָט געשפּילט בעת זײַן קאַריערע, איז אים קיינמאָל ניט קלאָר, פֿון וועלכער שפּיל אָדער פּראָגראַם מע דערקענט אים. דאָס האָב איך זיך דערוווּסט, ווען איך בין געגאַנגען אים זען אינעם „מעטראָפּאָליטאַן־רום‟ אין מאַנהעטן, וווּ ער איז לעצטנס אויפֿגעטראָטן מיט אַ פּראָגראַם פֿון לידער און וויצן צוזאַמען מיט זײַנע זין איִען און עליאָט. דער „מעטראָפּאָליטאַן־רום‟ איז זייער אַן אינטים אָרט מיט אַ סך טישן אײַנגעקוועטשט פֿאָרנט פֿון אַ קליינער בינע. ווען איך בין געקומען צו מײַן זיץ־אָרט, האָב איך געפֿונען, אַז מע האָט מיך צופֿעליק געגעבן אַן אָרט לעבן דעם שטערן אַליין.
„צי קענט איר מיך?‟ — האָט פֿײַוויש זיך אָנגערופֿן צו מיר און מײַן חבֿרטע מיט אַ וואַרעמען שמייכל.
„בלויז פֿון דער טעלעוויזיע‟ — האָב איך אים געענטפֿערט.
„פֿון וועלכער פּראָגראַם?‟
„׳באָסטאָן פּאָבליק׳, אין מײַנע קינדער־יאָרן‟ — האָב איך געענטפֿערט.
„אוי, ביסט אַזאַ יונגערמאַן‟ — האָט פֿײַוויש זיך צעלאַכט, און דערנאָך צוגעגעבן מיט אַ קאָמישער מינע: „ס׳רובֿ מענטשן דאָ קענען מיר פֿון ראָלעס, וואָס איך האָב געשפּילט לאַנג פֿאַר דעם, וואָס דו ביסט געבוירן געוואָרן‟.
פֿײַוויש איז שוין 93 יאָר אַלט, און ער קען ניט גיין צו פֿוס אָן הילף. אָבער אַז מע רעדט מיט אים, דערקענט מען גלײַך דעם זעלביקן חוש צום לעבן און ליבשאַפֿט צו מענטשן, מיט וועלכער ער איז אַזוי באַקאַנט. דערצו פֿאַרמאָגט ער אַן ענערגיע, אַ וויטאַליטעט, וואָס איז גרעסער ווי בײַ ס׳רובֿ יונגע־לײַט. ס׳איז ניט קיין פֿיזישע וויטאַליטעט, נאָר עפּעס אַ גײַסטיקע, וואָס איז שווער צו באַגרײַפֿן, אָבער וואָס איז קלאָר יעדן איינעם, וואָס האָט דעם זכות זיך צו טרעפֿן מיט אים. ווען איך האָב אים געפֿרעגט, ווי ער פֿילט זיך, האָט ער מיר פּשוט געענטפֿערט „געבענטשט‟.
ס׳איז ליידער ניט געווען קיין צופֿעליקע פֿראַגע. מיט 7 וואָכן צוריק האָב איך אומדירעקט געהערט, אַז פֿײַוויש ליגט אין שפּיטאָל אין זייער אַ שווערן מצבֿ. ס׳איז ניט געווען קיין עפֿנטלעכע נײַעס, און איך האָב דערפֿאַר קיינעם ניט געזאָגט, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, איך זאָל שרײַבן וועגן דעם. איך דערמאָן עס איצט בלויז דערפֿאַר, ווײַל פֿײַוויש אַליין האָט אַ פּאָר מאָל גערעדט וועגן דעם, סײַ מיט מיר פּערזענלעך, סײַ בעת זײַן פֿאָרשטעלונג. „מײַנע דאַמען און הערן‟, האָט ער דערציילט דעם עולם, — „איך בין געבענטשט, ווײַל ניט אַזוי לאַנג צוריק האָט עס מיר אויסגעזען, אַז איך וועל ניט קענען זײַן צוזאַמען מיט אײַך הײַנט בײַ נאַכט‟. פֿון דער דערקלערונג קען מען זיך דערוויסן אַ סך וועגן זײַן פּערזענלעכקייט און זײַן אָפֿענער באַציִונג צו זײַנע אָנהענגער.
בעת אַן אָוונט פֿון אינטערעסאַנטע צופֿעליקייטן, איז עס באַשערט געווען, אַז צווישן פֿײַוויש און מיר זענען געזעסן די ייִדישע זינגערין מרים־חיה סגל און די קונסט־קריטיקערין רחל קפֿריסין. מיר האָבן גערעדט מיט פֿײַווישן וועגן זײַנע זכרונות פֿונעם אַמאָליקן „באָרשט־פּאַס‟, די הונדערטער ייִדישע האָטעלן און אָפּרו־צענטערס, וואָס האָבן זיך געפֿונען אינעם „קעטסקילס‟. דאָרטן האָט פֿײַוויש סײַ געזונגען לידער, סײַ געמאַכט „סטענד־אָפּ‟־קאָמעדיע אויף ייִדיש און ענגליש. גאָר אינטערעסאַנט איז געווען פֿײַווישס מיינונג וועגן דעם, פֿאַר וואָס עס זענען אונטערגעגאַנגען די אַלע ייִדישע האָטעלן. געוויינטלעך, מאָלן די היסטאָריקער אויס אַזאַ בילד: די קינדער פֿון אימיגראַנטן האָבן מער ניט געוואָלט פֿאָרן אין אָפּרו־צענטערס און רעזאָרטן, וווּ עס געפֿינען זיך בלויז ייִדן. פֿײַוויש האַלט, אָבער, אַז דער אונטערגאַנג איז געשען גיכער ווי עס וואָלט אַנדערש געווען, ווײַל די קינדער פֿון אימיגראַנטן, וואָס האָבן איבערגענומען די האָטעלן, האָבן דווקא פּרובירט צוצוציִען אַ ייִנגערן אַמעריקאַניזירטן עולם, אַנטשאָט די ווייניק־אַסימלירטע יונגע אימיגראַנטן.
„מע האָט אַלצדינג איבערגעמאַכט, אויסגעפּוצט, און מע האָט געבראַכט אַן אַנדער מין פֿאַרווײַלער פֿאַר דעם עולם. ס׳האָט אָבער ניט געטויגט. די אַלטע לײַט און די אימיגראַנטן האָבן אויפֿגעהערט צו קומען און די יונגע מענטשן זענען ניט געקומען בכלל, ווײַל ס׳רובֿ האָבן ניט געהאַט גענוג געלט, און די וואָס האָבן יאָ געהאַט, האָבן געפֿונען אַנדערע ערטער, וווּ זיי האָבן געקענט פֿאַרברענגען‟. בקיצור, האָט פֿײַוויש דערקלערט, זיי האָבן חרובֿ־געמאַכט זייער נישע.
אונדזער שמועס איז פּלוצעם איבערגעריסן געוואָרן צוליב דעם, וואָס עס זענען אויפֿגעטראָטן פֿײַווישס זין, די מוזיקער איִען און עליאָט, צוזאַמען מיט זייער קאַפּעליע. די ברידער פֿינקעל זענען ביידע אויסערגעוויינטלעכע מוזיקער; עליאָט שפּילט פּיאַנע און איִען: קסילאָפֿאָן.
„קסילאָפֿאָן?‟ פֿרעגט איר זיך מסתּמא. יאָ, ער שפּילט ניט בלויז קסילאָפֿאָן, נאָר ווערט פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די בעסטע קסילאָפֿאָן־שפּילער אויף דער וועלט. ביז זייער אויפֿטריט האָב איך בכלל ניט געוווּסט, אַז מע קען שאַפֿן ערנסטע מוזיק פֿאַר אַזאַ אינסטרומענט. אָבער די ברידער פֿינקעל האָבן פֿאָרגעשטעלט גאָר אַ פּרעכטיקע פּאָפּורי פֿון דזשאָרדזש גערשווינס ווערק. זייער נוסח פֿון „זומערצײַט‟ פֿונעם מוזיקל „פּאָרגי און בעס‟, מיט איִענס קסילאָפֿאָן־סאָלאָ, איז געווען איינע פֿון די סאַמע אימפּאָנירנדיקסטע מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען, וואָס איך האָב אַ מאָל געהערט.
נאָך דער הפֿסקה איז אויפֿגעטראָטן דער שטערן פֿונעם אָוונט אַליין. פֿײַוויש, באַגלייט פֿון זײַנע זין און זייער קאַפּעליע, האָט פֿאָרגעשטעלט אַ ריי לידער פֿון זײַן לאַנגער קאַריערע. צווישן די לידער האָט ער געמאַכט „סטענד־אָפּ‟ און דערציילט אַ ריי וויצן. ווי עס איז טיפּיש פֿאַר זײַן סטיל פֿון הומאָר, האָט ער אָפּגעלאַכט פֿון זיך אַליין, אָדער בעסער געזאָגט, פֿון אַ מין „אַלטער־עגאָ‟ פֿון זיך אַליין. אין איין לאַנגן מאָנאָלאָג האָט ער דערקלערט דעם עולם, אַז זײַן שווער האָט לכתּחילה ניט דערלאָזט, אַז ער זאָל חתונה האָבן מיט זײַן פֿרוי צוליב דעם, וואָס ער איז געווען אַן אַקטיאָר. סוף־כּל־סוף האָט פֿײַוויש אײַנגערעדט דעם שווער צו קומען אויף אַ פֿאָרשטעלונג, ער זאָל אים כאָטש זען בײַ דער אַרבעט.
„איך האָב געהאָרעוועט, געטאַנצט, געזונגען, געוויינט, געלאַכט, געטאָן אַלצדינג, כּדי צו באַווײַזן מײַנע פֿעיִקייטן‟, האָט ער דערקלערט מיט אַ שמייכל. „נאָך דער פֿאָרשטעלונג איז צוגעקומען צו מיר מײַן שווער און האָט געזאָגט, אַז איך מעג יאָ חתונה האָבן מיט זײַן טאָכטער.
׳פֿאַר וואָס?׳ האָב איך אים געפֿרעגט.
׳ווײַל קיין אַקטיאָר ביסטו דווקא ניט!׳‟
אַ גאָר אַבסורדן וויץ האָט ער דערציילט וועגן שדכנות: אַ שדכן קומט צו אַ בחור און דערציילט אים וועגן אַלע מעלות פֿון אַ געוויס מיידל. זי קען גוט קאָכן, זי קען גוט ראַמען, זי איז גוט מיט קינדער און קען אַפֿילו גוט לימודי־קודש און קען אים צוהעלפֿן בײַם לערנען גמרא.
„עס גייען מיר בכלל ניט אָן די אַלע זאַכן‟, האָט דער בחור דערקלערט דעם שדכן. „איך וויל נאָר וויסן, צי זי איז אַ קנאַק אין בעט?‟
„נו‟, האָט געענטפֿערט דער שדכן. „געוויסע זאָגן, אַז יאָ, געוויסע זאָגן, אַז ניין‟.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע אין זאַל האָבן זיך געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער.
בײַם שלוס פֿונעם ספּעקטאַקל האָט פֿינקעל געזונגען דאָס ליד „לחיים‟ פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. דער עולם איז דערנאָך צוגעקומען צו אים בײַם אַרויסגאַנג, וווּ ער האָט מיט גרויס געדולד געלאָזט זיך פֿאָטאָגראַפֿירן מיט צענדליקער פֿון זײַנע אָנהענגער און אונטערגעשריבן פֿאַר זיי זײַן בילד.
„לחיים‟ פֿײַוויש. ביז 120.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.