זעלטענע באַנקנאָטן און מטבעות, װעלכע די דונעראַ יאַטן — ייִדישע פּליטים פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און עסטרײַך, פֿאַרשיקט פֿון דער בריטישער רעגירונג קײן אױסטראַליע בײַם אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה — האָבן גענוצט אינעם לאַגער, װוּ זײ זײַנען פֿאַרהאַלטן געװאָרן אין אַן אױסטראַלישן דאָרף, זײַנען פֿאַרקױפֿט געװאָרן פֿאַר דרײַ הונדערט דרײַסיק טױזנט אױסטראַלישע דאָלאַרן אין מעלבורן. אַן ערך 5,000 ספּעציעלע באַנקנאָטן זײַנען געדרוקט געװאָרן פֿאַר זײער באַנוץ פֿאַר מאַרץ 1941 אונטערן אױפֿזיכט פֿונעם געפֿאַנגענעם מינצלער געאָרג טעלטשער, װאָס האָט געאַרבעט פֿאַר דער עסטרײַכישער רעגירונג אײדער די נאַציס זײַנען געקומען צו דער מאַכט. מע שאַצט, אַז 174 פֿון די מטבעות און באַנקנאָטן עקזיסטירן נאָך.
איִען שאַרפּ האָט באַשלאָסן צו זײַנע 64 יאָר צו גײן אַ 60 קילאָמעטער אין אָנדענק פֿון זײַן פֿאַרשטאָרבענער פֿרױ אינעם טאָג, װען זײ װאָלטן געפֿײַערט איר 60סטן געבורטסטאָג. ער האָט געזאַמלט העכער 60,000 דאָלאַר. דאָס געלט האָט שאַרפּ אַװעקגעשענקט דעם מעלבורנער ייִדישן חורבן־פֿאָרש־צענטער און מוזעום און אַנדערע װױלטעטיקע אָרגאַניזאַציעס. ער איז געגאַנגען אַרום און אַרום אַ לאָקאַלן פּאַרק 27 מאָל פֿון 6 פֿאַר טאָג ביז 7:30 אין אָװנט, כּמעט אָן איבעררײַס. שאַרפּס זון, יהושע, זאַמלט געלט לטובֿת לאָקאַלע װױלטעטיקע אָרגאַניזאַציעס גאַנצע צען יאָר.
דער אױסטראַלישער צװײַג פֿון דער באַרימטער ייִדישער װױלטעטיקער אָרגאַניזאַציע „דזשױנט” האָט איצט אַ פֿולן דירעקטאָרן־ראַט פֿון 12 מיטגלידער, אַ דאַנק דעם, װאָס נאָך דרײַ דירעקטאָרן זײַנען באַשטימט געװאָרן. דער „דזשױנט” העלפֿט אַרױס ייִדן און נישט־ייִדן אין מער װי 70 לענדער, צװישן זײ — עלטערע לײַט, קינדער און משפּחות. דער אױסטראַלישער צװײַג איז אַ מער־װײניק נײַע אָפּטײלונג פֿון דער אָרגאַניזאַציע, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן במשך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה.
אַ סוב־קאָמיסיע בײַם ייִדישן קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַעם פֿילם אין דער אָנװעזנהײט פֿונעם מיניסטער פֿאַר מולטי־קולטורעלע ענינים פֿון דער שטאַט װיקטאָריע. דער דאָקומענאַטאַר־פֿילם, װאָס דױערט נײַן מינוט, װײַזט אַ דיסקוסיע צװישן להב”ט־ייִדן (לעזביאַנקעס, האָמאָסעקסואַליסטן, בי-סעקסואַליסטן און טראַנס־סעקסואַליסטן) װעגן דעם, װי אַזױ זײ לעבן זיך אױס װי אױסטראַלישע ייִדן אָן קײן סך פּראָבלעמען מיט אַנדערע מיטגלידער פֿון דער לאָקאַלער קהילה. דער קהילה־ראַט האָט געבעטן אַלע זײַנע אָרגאַניזאַציאָנעלע מיטגלידער צו פֿאַרשפּרײטן דעם פֿילם צװישן זײערע מיטגלידער, כּדי אַלע זאָלן קענען הערן די מײנונגען, װעלכע װערן אױסגעדריקט אינעם פֿילם.
צװײ ייִדישע קריקעט־מאַנשאַפֿטן, בײדע מיטגלידער פֿון דער אױסטראַליש־ייִדישער ספּאָרט־אָרגאַניזאַציע „אײדזשעקס־מכּבי‟, װעלן שפּילן אין די סוף־סעזאָן פֿאַרמעסטן פֿון זײערע קריקעט־ליגעס די װאָך אין מעלבורן. שױן אַכט יאָר װי קײן אײנע פֿון די לאָקאַלע ייִדישע קריקעט־מאַנשאַפֿטן האָט נישט געשפּילט אין די סוף־סעזאָן פֿאַרמעסטן פֿון דער מעלבורנער קריקעט־ליגע. דאָס לעצטע מאָל װאָס צװײ ייִדישע מאַנשאַפֿטן האָבן געשפּילט אין די סוף־סעזאָניקע קריקעט־פֿאַרמעסטן אין מעלבורן, איז געװען אין 1984.
דער אױסטראַליש־ייִדישער אַטלעטיקער דעריל כּהן איז געשטאָרבן אין מעלבורן אין עלטער פֿון 74 יאָר. ער האָט אָנטײלגענומען אין דער אָלימפּיאַדע, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין רױם אין 1960, װי אַ מיטגליד פֿון דער אױסטראַלישער מאַנשאַפֿט, װוּ ער האָט אױפֿגעהױבן שװערע װאָג.
פֿאַר דעם איז כּהן געװען אַ מיטגרינדער פֿון דער „אײדזשעקס ייִדישער אױסטראַלישער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט‟ אין מעלבורן אין 1957. פֿריִער האָבן די ייִדישע שפּילערס פֿון צװײ שטאָט־טײלן געשפּילט אומפֿאָרמעל אײן מאָל אַ יאָר פֿאַר אַן עולם פֿון אַן ערך 500 מאַן.
דעריל כּהן איז געװען דער ערשטער װיצע־קאַפּיטאַן פֿון דער „אײדזשעקס אױסטראַלישער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט‟, און האָט געשפּילט 107 שפּילן פֿאַר איר במשך פֿון פֿיל יאָרן. שפּעטער איז ער געװאָרן איר אָנלערער. דעריל כּהן איז באַשטימט געװאָרן װי אַ מיטגליד פֿון „אײדזשעקס־זאַל פֿון באַרימטהײטן‟ אין 2015. די „אײדזשעקס־מכּבי אױסטראַלישע פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט‟ האָט באַשלאָסן, אַז אירע שפּילער װעלן שפּילן הײַיאָר אין זײַן אָנדענק, װײַל כּהן איז געװען פֿאַרבונדן מיט דער מאַנשאַפֿט במשך פֿון כּמעט 60 יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.