יעדער ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קולטור קען גוט דעם פֿילם „ייִדל מיטן פֿידל‟, אין וועלכן עס שפּילט מאַלי פּיקאַן, פֿאַרשטעלט ווי אַ ייִנגל, אין דער ראָלע פֿון אַ מוזיקערין. איר קאַפּעליע שפּילט אין די גאַסן, און אין איין סצענע זעט מען ווי מע וואַרפֿט נדבֿות פֿון די פֿענצטער. אָבער אין דער אמתן, האָבן די קלעזמאָרים און די גאַסן־שפּילער מיט זיך פֿאָרגעשטעלט צוויי באַזונדערע מינים מוזיקער. די קלעזמאָרים אין שטעטל זענען געווען פּראָפֿעסיאָנאַלן, נישט קיין בעטלער ווי מע ווײַזט אינעם פֿילם. די וואָס האָבן געבעטלט אין די גאַסן, געזונגען און געשפּילט דערבײַ אויפֿן פֿידל, מאַנדאָלין אָדער קאַטערינקע האָבן נישט געשפּילט אויף חתונות, ווי עס האָבן געטאָן די קלעזמאָרים. אינעם פֿילם האָט מען פֿאַרמישט די יוצרות — מאַלי שפּילט סײַ אין גאַס, סײַ אויף אַ חתונה.
וואָס האָבן געזונגען די ייִדישע גאַסן־זינגער? געוויינטלעך, האָט מען געזונגען וועגן געשעענישן, נײַעס, וואָס זענען אפֿשר יאָ פֿאָרגעקומען און אפֿשר נישט. מע קען זיי אָנרופֿן „לעגענדאַרישע‟ באַלאַדעס, ווײַל מע האָט זיי געזונגען און טאַקע געגלייבט, אַז זיי האָבן פּאַסירט.
למשל, אַ פּאָפּולערע טעמע פֿאַר די גאַסן־זינגער איז געווען „ראָטשילדס סוף‟; אַ באַלאַדע־לעגענדע, אין וועלכער דער עושר האָט זיך על־פּי־טעות פֿאַרשלאָסן צוזאַמען מיט זײַן געלט אין אַ צימער מיט אַן אײַזערנער טיר אָן אַ שטיקל ברויט, אָן אַ לעפֿל וואַסער.
ווען ראָטשילד האָט זיך באַרימט פֿאַר אַלע קיסרים,
אַז ער וועט פֿאַר הונגער ניט שטאַרבן,
אַזוי איז ער געפֿאַנגען געוואָרן,
ער ליגט ווי אַ צעבראָכענער שאַרבן.
אַזאַ סוף האָט ראָטשילד באמת נישט מיטגעמאַכט, אָבער דעם פֿאָלקס פֿאַנטאַזיע האָט געזען אין דעם טויט אַ יושרדיקן פּסק מין־השמים און פֿאַרשפּרייט דאָס ליד.
ווען די שיף, דער „טיטאַניק‟, איז אונטערגעגאַנגען האָבן די גאַסן־זינגער צוגעגעבן דראַמאַטישע אויסגעטראַכטע פּרטים צו דער טראַגעדיע, און דווקא די באַשרײַבונגען האָט מען לאַנג געדענקט אין אַלע וואַריאַנטן פֿונעם ליד.
אוי, חתן־כּלה זענען זיך געזעסן אין פֿריידן,
זייער פֿרייד האָט דאָך קיינער נישט געשטערט.
ז’האָבן געשריגן: ליבער גאָט, וואָס טוסטו אונדז צעשיידן?
אָבער דער ליבער גאָט האָט זיך צו זיי נישט צוגעהערט.
אינעם זשורנאַל „ייִדישער פֿאָלקלאָר‟, וואָס „דער י. ל. כּהן־פֿאָלקלאָר־קלוב‟ בײַם ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן, האָט מען אָפּגעדרוקט אַ ליד וועגן אַ שיף־טראַגעדיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען יאָרן פֿאַר דער „טיטאַניק‟־קאַטאַסטראָפֿע. אין רוסלאַנד האָט „דער פּאַראַכאָד וולאַדימיר‟ אַרײַנגעקראַכט אין אַן אַנדער שיף בײַם סאַמע אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט און צענדליקער מענטשן זענען אומגעקומען. די גאַסן־זינגער האָבן באַלד אונטערגעטראָגן די נײַעס. עטלעכע סטראָפֿעס פֿון דעם ליד, האָט מען, זעט אויס, אויסגעניצט פֿאַרן „טיטאַניק‟־ליד.
אַנדערע לעגענדאַרישע באַלאַדעס האָבן באַשריבן לאָקאַלע טראַגעדיעס. איינע פֿון פֿאַרשפּרייטסטע האָט דערציילט ווי אַ חתן האָט זיך דערטראָנקען אין אַ טײַך פֿאַר דער חתונה. סײַ אין דער ליטע, סײַ אין פּוילן און רומעניע און אוקראַיִנע האָט מען געזונגען דאָס ליד, און יעדער זינגער האָט דערבײַ דערציילט, אַז דאָס איז טאַקע געשען אין זייער שטעטל. צוויי מאָטיוון אין ליד האָבן זיך געהאַלטן אין אַלע וואַריאַנטן. אינעם ערשטן דערציילט מען ווי דער חתן איז צעביסן געוואָרן פֿון די פֿיש.
ווי מען האָט אים פֿונעם טײַכל אַרויסגענומען,
פֿון די פֿישעלעך איז ער געווען צעביסן.
ווי די כּלה האָט אים נאָר דערזען,
די קליידער פֿון זיך האָט זי צעריסן.
אינעם צווייטן מאָטיוו, צעטיילט מען די קליידער פֿונעם קרבן צווישן די אָרעמע־לײַט.
אוי, מענטשן איר גוטע, אוי מענטשן געטרײַע
איר געדענקט דאָך וואָס פֿאַר אַ קליידער ער האָט געטראָגן.
צעטיילט די קליידער פֿאַר אָרעמע לײַטן
מע זאָל נאָך אים קדיש זאָגן.
מע דאַרף געדענקען, אַז אין אַ צײַט, ווען ס’איז נאָך נישט געווען קיין ראַדיאָ, און נישט קיין טעגלעכע צײַטונג, האָבן די גאַסן־זינגערס אָפֿט פֿאַרשפּרייט סײַ די וועלט־נײַעס, סײַ די מלוכה־נײַעס צום פֿאָלק צום ערשטן מאָל. צווישן די עלטסטע זינגלידער אויף ייִדיש וואָס מיר פֿאַרמאָגן, זינגט מען וועגן שׂרפֿות, פּאָגראָמען און בייזע גזירות. עטלעכע שטאַמען פֿונעם 17טן יאָרהונדערט. אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט האָט מען ווײַטער געזונגען פֿון טראַגעדיעס און שׂרפֿות, ווי איינע אין קאָלאָמיי, גאַליציע.
האָט איר געהערט, וואָס עס האָט זיך בײַ אונדז
אין דער שטאָט קאָלאָמייע פֿאַרלאָפֿן?
ס’איז אַראָפּ אַ פֿײַערל פֿון הימל,
און דעם אומשולדיקן האָט עס געטראָפֿן.
די פֿאַראָרעמטע און פֿאַריתומטע לעבן־געבליבענע פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם און דעם קיִעווער פּאָגראָם זענען אויך געוואָרן גאַסן־זינגער און דערציילט פֿון זייער אומגליקלעך לעבן.
די קיִעווער קאַצאַפּעס מיט זייערע לאַפּעס
האָבן געטון דעם טאַטנס הויז צעברעכן.
דאָס הויז צעבראָכן, דעם טאַטן דערשטאָכן,
די מאַמע איז פֿון שרעק אומגעקומען.
הײַנט דאַרף מען נישט קיין גאַסן־זינגערס אויסצוגעפֿינען די נײַעס, און מע זעט נישט קיין קאַטערינטשטיק, אָבער טראַגישע נײַעס איז, לא עליכם, אונדז געבליבן גענוג.
הערט אויס אַ ליד „קאַטערינקע‟, געשאַפֿן לעצטנס פֿונעם ישׂראל־קאָמפּזיטאָר אַלכּסנדר מעי אויפֿן טעקסט פֿון באָריס סאַנדלער. עס זינגט מיכאל גײַסינסקי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.