(די 2 טע זײַט פֿון 2)
מע שאַצט אָפּ, אַז ניט ווייניקער פֿון 15 פּראָצענט ייִדן, וואָס זײַנען אין די 1950ער יאָרן געקומען פֿון דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין פּוילן, האָבן אין גאַנצן קיין שײַכות צו פּוילן ניט געהאַט. מע האָט געזוכט אַ פּוילישן — ייִדישן צי קריסטלעכן — זיווג, געצאָלט פֿאַר דעם גוטע געלטער, אַבי זיך אַרויסצורײַסן אויף מערבֿ. אייניקע האָבן אויסגעפֿאַרטיקט פֿאַלשע פּאַפּירן, וועלכע האָבן געוויזן שוואַרץ אויף ווײַס, אַז דער מענטש איז כּלומרשט אַן עכטער געוועזענער פּוילישער בירגער.
די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז צווישן די רעפּאַטריִיִרטע האָבן דאָמינירט די ליטווישע ייִדן, באַזונדערס, פֿון ווילנע און די געגנטן אַרום ווילנע, וואָס האָבן ביזן יאָר 1939 געהערט צו פּוילן. פֿאַר וואָס האָט זיך עס באַקומען? ערשטנס, זײַנען אַ סך פֿון זיי געווען „ייִדישע ייִדן‟ און ניט געוואָלט בלײַבן אין אַ לאַנד, וווּ ס’איז שווער געווען צו האָבן אַ צוטריט צו דער ייִדישער קולטור. צווייטנס, איז פֿון ליטע, און די באַלטישע געגנטן בכלל, געווען גרינגער צו עמיגרירן, ווײַל די סאָוועטישע אַדמיניסטראַציע איז געווען צופֿרידן פּטור צו ווערן פֿון אַזעלכע „פֿרעמדע עלעמענטן‟, פֿון וועלכע אַנדערע ייִדן האָבן געקענט זיך אָנשטעקן מיט כּלערליי געפֿערלעכע געדאַנקען.
אין דער ערשטער צײַט פֿון דער רעפּאַטריאַציע האָט מען די ייִדן דערלויבט צו בלײַבן סאָוועטישע בירגער, און טאַקע מיט סאָוועטישע פּעסער פֿלעגן זיי דערנאָך קומען קיין ישׂראל. אַהין זײַנען זיי אין לעצטן סך־הכּל, געקומען כּמעט אַלע פֿון די איבער 18 טויזנט רעפּאַטריִיִרטע. דאָס האָט געשאַפֿן אַ שטיקל סקאַנדאַל, ווײַל די פּרעסע, בפֿרט די אַראַבישע, האָט גענומען שרײַען וועגן אַ מאַסן־עמיגראַציע פֿון סאָוועטישע ייִדן. דערפֿאַר האָט מען פֿון מאָסקווע אַ קוועטש געטאָן אויף וואַרשע, און יענע האָבן גענומען פֿאָדערן, אַז די ייִדן, וואָס ווילן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל, זאָלן פֿריִער זיך נאַטוראַליזירן און באַקומען פּוילישע פּעסער.
אַזוי צי אַזוי, האָבן די טויזנטער סאָוועטישע ייִדן, געקומען קיין ישׂראל דורך פּוילן, געעפֿנט אַ שפּאַרונע אין דעם טויער, דורך וועלכע עס האָבן זיך שפּעטער אַ לאָז געטאָן הונדערטער טויזנטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.