נאָך אַ טיפּישן איבעררײַס צווישן איין פֿילם און דעם אַנדערן, האָט דער קאָמיקער סאַשאַ באַראָן כּהן זיך באַוויזן מיט אַ נײַער קאָמעדיע, „די ברידער גרימסבי‟ (The Brothers Grimsby). נאָך דער הצלחה פֿון זײַנע לצנות-פֿילמען פֿונעם פֿריִערדיקן יאָרצענדליק: „באָראַט‟ (2006) און „ברונאָ‟ (2009), איז באַראָן כּהן באַצוווּנגען געוואָרן צו שאַפֿן מער קאָנווענציאָנעלע קאָמעדיעס. דאָס הייסט, אַז אַלע מענטשן אין זײַנע לעצטע קאָמעדיעס, „דער דיקטאַטאָר‟ (זע „פֿאָרווערטס”־אַרטיקל //yiddish2.forward.com/node/4436) און אין דער איצטיקער קאָמעדיע, זענען אויסגעטראַכטע געשטאַלטן, געשפּילט דורך פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן. זײַן פּנים איז פּשוט געוואָרן אַזוי באַקאַנט, אַז ער איז מער נישט מסוגל צו מאַכן שמד־שטיק איבער דעם דורכשניטלעכן מענטש אויף דער גאַס.
פֿון די אינטערוויוען זעט אויס, אַז באַראָן כּהן וואָלט בעסער געוואָלט בלײַבן בײַם זשאַנער פֿון „באַהאַלט־פֿילמירקע‟, וואָס גיט צו דעם עקסטרעם־מסוכּנדיקן עלעמענט, דעם סאָרט אַדרענאַלינע, וואָס איז פֿאַקטיש אוממעגלעך צו רעפּראָדוצירן מיט אַנדערע מיטלען.
אין „גרימסבי‟ שפּילט באַראָן כּהן (וואָס איז אויך דער מיט־סצענאַריסט) דאָס ערשטע מאָל זינט אַלי דזשי, אַ בריטישע געשטאַלט, וואָס ענגליש איז איר מאַמע־לשון; אָבער ווי תּמיד, נעמט ער אָן אַ נײַעם אַקצענט, דאָס מאָל פֿונעם בריטישן אַרבעטער־קלאַס אין צפֿון־ענגלאַנד.
נאָבי, דער נאָמען פֿון זײַן געשטאַלט, וווינט מיט זײַנע עלף קינדער אין אַ קליין הײַזל אין גרימסבי, ענגלאַנד. גרימסביס אײַנוווינער האָבן דרײַ זאַכן אין לעבן: אַ סך קינדער, דעם אָרטיקן שענק, און צום אַלעם גרעסטן, זייער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט. עס באַקומט זיך אַ פּאָרטרעט פֿונעם אַרבעטער־קלאַס, וואָס אַפֿילו אויב ער מאַכט חוזק פֿון געוויסע עלעמענטן (זיי זענען אַלע איבערוואָגיק, שמוציק, שטינקענדיק, סעקסועל פֿאַרגרעבטע און שטענדיק פֿאַרשיכּורט), סימפּאַטיזירט ער פֿאָרט מיט זיי.
דער פֿילם וויל אויפֿווײַזן ווי דער עלעמענט פֿון קלאַס איז אַן אויסגעטראַכטע זאַך דורך דער געשיכטע פֿון נאָבי און זײַן ברודער סעבאַסטיאַן — צוויי יתומים, וואָס האָבן זיך אונטערגעשיידט ווי קליינע קינדער. סעבאַסטיאַן איז אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן דורך רײַכע שטיף־עלטערן און האָט באַקומען די בעסטע דערציִונג, און דערפֿאַר קען ער פֿאַר זיך אַנטוויקלען אַ ‘קאַריערע’, בשעת זײַן ברודער איז אויפֿגעוואַקסן אין דער אויסגייענדיקער אינדוסטריעלער צפֿון־ענגלענדער סבֿיבֿה, וואָס טאַטשער האָט שוין געהאַט צעשטערט צוליב איר נעאָ־ליבעראַלער פּאָליטיק אין די 1980ער יאָרן. דאָרט האָט מען פּשוטע אַרבעטער, ווי אין דער פֿיש־אינדוסטריע, אויב מע האָט לכתּחילה דאָס מזל צו געפֿינען אַן אַרבעט־שטעלע ערגעץ־וווּ.
סעבאַסטיאַן, געשפּילט דורכן בריטישן אַקטיאָר מאַרק סטראָנג (מע קאָן אים לעצטנס זען אויף דער בראָדוויי־בינע אין דער הויפּט־ראָלע פֿון אַרטור מילערס „אַ קוק פֿון אַ בריק‟), איז אַ מין דזשיימס באָנד־געשטאַלט, פֿאַרנומען מיט סוד־סודותדיקע מיסיעס איבער דער וועלט. נאָבי, וואָס זוכט זײַן ברודער אין משך פֿון יאָרצענדליקער, געפֿינט אים, סוף־כּל־סוף, (צו זײַן ברודערס גרעסטן באַדויער), און זיי לאָזן זיך צוזאַמען אין זייערע קאָמישע אַוואַנטורעס צו ראַטעווען זייער לעבן און גלײַכצײַטיק די מענטשהייט בכלל.
„די מענטשהייט‟ אין דעם פֿאַל, מיינט עפּעס צווישן דעם אַרבעטער־קלאַס און די 99% פֿון „אָקופּירט־וואָלסטריט‟, וואָס קעמפֿן קעגן דעם ביליאָנערן־קלאַס (רעפּרעזענטירט אינעם פֿילם דורך פּענעלאָפּע קרוזס געשטאַלט). דער פֿילם נעמט אויך אַרײַן צײַטיקע וויצן אויף דאָנאַלד טראָמפּס חשבון, וואָס כאָטש אין דעם ניו־יאָרקער קינאָ, וווּ איך האָב דעם פֿילם געזען, האָט דער עולם ספּעציעל פֿון זיי געשעפּט אַ סך נחת.
אין גאַנג פֿונעם סיפּור־המעשׂה, ווערט סעבאַסטיאַנען קלאָר, אַז די שיטות פֿון זײַן נאַרישן ברודער זענען בעצם צומאָל מער עפֿעקטיוו איידער זײַנע. נאָבי, נישט געקוקט אויף זײַן שווינדלערישן אויפֿפֿיר לויט די בירגערלעכע סטאַנדאַרטן, איז פֿאָרט אַ חבֿרישער פּאַרשוין און באַלאַנגט צו אַ קהילה. ער פֿאַרחבֿרט זיך לײַכט מיט מענטשן אומעטום, דורך דער בשותּפֿותדיקער ליבע צו פֿוסבאָל און צום ביטערן טראָפּן. די דאָזיקע מענטשן אַרבעטן אין די פּאָרטן, אָדער זענען שמוגלערס, און דורכן געפֿיל פֿון סאָלידאַריטעט צווישן זיך, העלפֿן זיי די ברידער זיך ראַטעווען און אָנגיין אין זייער מיסיע.
באַראָן כּהן, דער זון פֿון אַ ישׂראלדיקער מאַמע און אַן ענגלישן ייִד, איז אויפֿגעוואָקסן אין לאָנדאָן. ווי בערני סאַנדערס, דער סאָציאַליסטישער קאַנדידאַט אין די דעמאָקראַטישע פֿאָרוואַלן, האָט ער אויך פֿאַרבראַכט אַ שטיקל צײַט אין די יונגע יאָרן אין אַ קיבוץ אין ישׂראל. ביידע מענטשן ווילן זען אַן איבערקער אין דער ווירטשאַפֿט לטובֿת אַ מער סאָציאַליסטישער פּאָליטיק. דעם פֿילמס איינציקער וויץ מכּוח ישׂראל דריקט אויס די גרויסע אַנטוישונג אינעם גלויבן, אַז דער ראַיאָן גייט אין עפּעס אַ ריכטונג פֿון שלום. נישט אַזוי שאַרף ווי „באָראַט‟, איז „גרימסבי‟ פֿאָרט כּדאַי צו זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.