יעדע שפּראַך האָט זיך אירע אײגענע װערטער און אױסדרוקן אױף נאָכצומאַכן די „שפּראַכן“ פֿון די חיות. אױף ייִדיש קרײעט דער האָן „קוקעריקו“, בשעת אױף ענגליש מאַכט ער „קאַק־אַ־דודל־דו“. אױף ייִדיש האַװקעט דער הונט „האַװ־האַװ“, בשעת אױף ענגליש דערלאַנגט ער אַ האַרציקן „װוּף־װוּף“. די קאַץ מיאַוקעט מער־װײניקער דעם זעלבן „מיאַו“ אױף אַלע שפּראַכן, אָבער בײַ די חזירים הערט זיך אַ שפּאָר ביסל װאַריאַציע: „אױנק“ אױף ענגליש, „גרונס“ אױף דײַטש, „קנאָר“ אױף האָלענדיש, „בו־בו“ אױף יאַפּאַניש.
פֿאַר װאָס קלינגען די חיות אַנדערש אױף די פֿאַרשידענע (מענטשלעכע) לשונות? פֿאָרלײגן קען מען צװײ היפּאָטעזן: די ערשטע היפּאָטעז איז, אַז אין דער געשיכטע פֿון יעטװידער שפּראַך האָט מען די בעל־חייִשע קלאַנגען אַנדערש געהערט און אַנדערש „איבערגעזעצט“, לױט דער פֿאָנאָלאָגיע (די מעגלעכע קאָנסאָנאַנטן און װאָקאַלן) װאָס מען איז נוטה געװען צו ניצן. די חיות קלינגען הונדערט פּראָצענט די זעלבע, נאָר דער מענטש הערט זײ אַנדערש דורך די „אױערן“ פֿון דער אָדער יענער שפּראַך.
די צװײטע היפּאָטעז איז, אַז די חיות װאָס לעבן, אַ שטײגער, אין ענגלאַנד קלינגען טאַקע אַנדערש פֿון די חיות אין כינע. ס׳קען געמאָלט זײַן, אַז פּונקט װי אַ גאַליציאַנער, להבֿדיל, רעדט אַרױס דאָס װאָרט „דו“ װי [די] און „בײן“ װי [בײַן], מעג דער ייִדישער האָן מאַכן „קוקעריקו“, דער פֿראַנצײזישער „קאָקאָריקאָ“, דער שפּאַנישער „קיקיריקי“.
די ערשטע היפּאָטעז איז לכל־הדעות אַ סך אַ בעסערע טעאָריע. פֿאַראַן אַ װיכטיקער אונטערשײד צװישן רעדן און קאָמוניקירן, און דער מענטש איז די אײנציקע חיה, װאָס פֿאַרמאָגט טאַקע אַ שפּראַך, אַ פֿולע גראַמאַטיק, אין װעלכער מע קען אױסדריקן קאָמפּליצירטע געדאַנקען, רעדן איראָניש, זאָגן ליגנס. אָבער חיות קאָמוניקירן אױך, למשל, װען זײ דאַרפֿן באַװאָרענען אַנדערע װעגן אַ שׂונא, װאָס קומט זײ אױפֿפֿרעסן. פֿאַר װאָס זאָלן זײ נישט האָבן קײן דיאַלעקטן, אַפֿילו אַז מיר הערן נישט קײן אונטערשײד?
אױף „Language Log“, אַ פּאָפּולערער בלאָג, צונױפֿגעשטעלט פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע לינגװיסטן, האָט זיך לעצטנס געדרוקט אַן נײַעסל װעגן אַ פֿאָרשונג פֿון ד״ר סוזען שאָץ, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון פֿאָנעטיק בײַם לונדער אוניװערסיטעט אין שװעדן. איר פּראָיעקט הײסט, „מעלאָדיע אין קאָמוניקאַציע צװישן מענטש און קאַץ“. אײן ציל איז צו פֿאַרגלײַכן דאָס מיאַוקען פֿון קעץ אין צװײ שװעדישע שטעט, שטאָקהאָלם אין צענטער פֿון לאַנד און לונד אין סאַמע דרום. זי װעט אױסניצן די נײַסטע אַנאַליטישע מעטאָדאָלאָגיע אין פֿאָנעטיק, כּדי צו באַשרײַבן די אינטאָנאַציע, װאָס די קעץ ניצן מיט זײערע בעלי־בתּים.
דער צװײטער ציל איז צו באַשרײַבן די אינטאָנאַציע, װאָס מענטשן ניצן בײַם רעדן מיט זײערע קעץ. ס׳איז באַקאַנט, אַז מענטשן ניצן אױס אין גאַנצן אַן אַנדער סטיל, װען זײ רעדן מיט קלײנע קינדער און להבֿדיל מיט גלעטלינגען — למשל, די גאַמע פֿון אונדזערע טענער איז אַ סך אַ ברײטערע, װי די גאַמע, װאָס מיר ניצן בײַם רעדן מיט דערװאַקסענע. ס׳איז אָבער נישט קלאָר צי דאָס העלפֿט אונדז בײַם קאָמוניקירן בעסער מיט חיות; למשל, צי פֿאַרשטײען זײ אונדז בעסער, װען מיר רעדן מיט העכערע טענער װי געװײנטלעך, אָדער צי הערן זײ אונדז, „װי דעם קאָטער“?
װען איך האָב זיך דערװוּסט װעגן ד״ר שאָצס פֿאָרש־פּראָגראַם, האָב איך נישט געקענט גלײבן, אַז דאָס איז אַן ערנסטע װיסנשאַפֿטלעכע אונטערנעמונג. װען זי װאָלט געהאַלטן אַ רעדע אין דעם לינגװיסטישן אָפּטײל פֿון מײַן אוניװערסיטעט, װאָלט מען זי באַלד אױסגעלאַכט. יאָ, אַפֿילו אין מײַן אָפּטײל, װוּ דער פּראָפֿעסאָר פֿיליפּ שלענקער האָט אָנגעשריבן אַן אַרטיקל אין דעם פּרעסטיזשפֿולן זשורנאַל „לינגװיסטיק און פֿילאָסאָפֿיע“ װעגן דער סעמאַנטיק פֿון „װערטער“ און „שרשים“ בײַ מאַלפּעס אין מערבֿ־אַפֿריקע. ד״ר שאָץ מײנט באמת, אַז די שװעדישע קעץ האָבן אַנטװיקלט באַזונדערע דיאַלעקטן, כּדי צו קאָמוניקירן מיט מענטשן, װאָס רעדן פֿאַרשידענע דיאַלעקטן פֿון שװעדיש? סאַראַ נאַרישקײט!
פֿון דער אַנדערער זײַט, קען איך, ביז אַ געװיסער מאָס, פֿאַרשטײן די װערט פֿון ד״ר שאָצס אַרבעט. װי עס שטײט אױפֿן װעבזײַטל פֿון לונדער אוניװערסיטעט, װײסן מיר שױן, אַז די װילדע קעץ הערן אױף צו מיאַוקען, װען זײ װאַקסן אױס און דערװײַטערן זיך פֿון זײערע מאַמעס. להיפּוך, די שטוביקע קעץ מיאַוקען צו אונדז זײער גאַנץ לעבן, כּדי צו כאַפּן אונדזער אױפֿמערק, װען זײ װילן, אַז מיר זאָלן זײ גלעטן אָדער געבן עסן. מיר פֿאַרשטײען נאָך נישט, װי אַזױ אונדזערע קעץ קאָמוניקירן מיט אונדז (אױף װיפֿל דאָס איז בכלל מעגלעך), און פֿאַרקערט, װי אַזױ מיר רעדן צו זײ.
איך בין זיך אָבער משער, אַז דער לינגװיסטקע װעט זיך נישט אײַנגעבן צו אַנטדעקן קײן סיסטעמאַטישע, געאָגראַפֿיש דיפֿערענצירטע „דיאַלעקטן“ בײַ קעץ. ס׳איז מעגלעך, אַז פֿאַרשידענע גזעס (מינים) קעץ װעלן האָבן אײגנאַרטיקע קלאַנגען, אָבער קעץ פֿון דער זעלבער גזע װאָלטן געדאַרפֿט קלינגען אין שטאָקהאָלם פּונקט אַזוי ווי אין אין מעלבורן אָדער מיאַמי. אמת, ד״ר שאָץ איז גערעכט, אַז אין ענגליש, שװעדיש און אין יאַפּאַניש ניצט מען פֿאַרשידענע אינטאָנאַציעס. אָבער די אונטערשײדן צװישן זײ זענען נישט גרױס גענוג, זײ זאָלן װירקן אױף דער אינטאָנאַציע פֿון אונדזערע קעץ. אױב ד״ר שאָץ מײנט, אַז דיאַלעקטן קענען האָבן אַ השפּעה אױפֿן קעצישן לשון, פֿאַר װאָס זאָלן די „סאָציאָלעקטן“ נישט שפּילן קײן ראָלע? רײַכע רעדן דאָך אַנדערש פֿון די אָרעמע, יונגע פֿון אַלטע, ייִדן פֿון נישט־ייִדן. צי װעט מען אַנטדעקן, אַז די קעץ פֿון גבֿירים מיאַוקען אױף אַ ראַפֿינירטן אופֿן, פּונקט װי עס רעדן זײערע פֿאַרמעגלעכע און געבילדעטע בעלי־בתּים? אָדער אַז די ייִדישע קעץ קלינגען אַנדערש פֿון די גױיִשע? זאָל ד״ר שאָץ, לשם װיסנשאַפֿט, אױספֿאָרשן די אַלע פֿראַגעס פֿון סאָציאַלער און שפּראַכלעכער דיפֿערענצירונג בײַ קעץ, נישט נאָר די געאָגראַפֿישע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.