אַ צאָל תּימנער נײַעס־וועבזײַטן און צײַטונגען האָבן איבערגעגעבן, אַז דעם 4טן מאַרץ איז אַ 17־יאָריקער ייִד מיטן נאָמען אַהרן אַלבוחי דערהרגעט געוואָרן בעת אַ צוזאַמעשטויס צווישן די אויפֿשטענדער און דער סאַודישער אַרמיי, קעמפֿנדיק אויפֿן צד פֿון די אויפֿשטענדלער. לויט דער אַראַבישער פּרעסע, האָבן זיי געצוווּנגען אַ צאָל אָרטיקע ייִדן זיך צו באַטייליקן אין דער מלחמה.
בעת אַ בלוטיקן קאָנפֿליקט איז שווער צו באַשטעטיקן די ידיעות פֿונעם שלאַכט־פֿראָנט. נישט זעלטן פֿאַרשפּרייטן זיך אויף דער אינטערנעץ פֿאַרקרימטע און אינגאַנצן אויסגעטראַכטע מעשׂיות וועגן דעם מהומהדיקן מצבֿ אין תּימן. אויב דער דערמאָנטער אינצידענט איז טאַקע יאָ געשען, קאָן עס זײַן אַ סימן, אַז דער אונטערגאַנג פֿונעם ייִדישן לעבן אינעם אוראַלטן לאַנד קומט הײַנט צו אַ טראַגישן סוף.
די ייִדישע טעמע ווערט הײַנט זעלטן דערמאָנט צווישן די נײַעס וועגן תּימן, הגם דאָרטן וווינט נאָך אַ קליינע צאָל ייִדן, וואָס רעפּרעזענטירן איינע פֿון די עלטסטע און אייגנאַרטיקסטע עדות אין דער וועלט, וואָס האָט זיך כּסדר אַנטוויקלט, צום ווייניקסטן, במשך פֿון 2000 יאָר, און געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער ייִדישער און וועלט־געשיכטע. די תּימנער ייִדן אַליין גלייבן, אַז ייִדן האָבן שוין באַזעצט דאָס לאַנד אין שלמה המלכס צײַטן.
אַבו אַל־פֿידאַ, אַן אַראַביש־קורדישער היסטאָריקער פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, האָט געגלייבט, אַז אין זײַן תּקופֿה איז די ייִדישע קהילה שוין געווען כּמעט 3000 יאָר אַלט — אַזוי טיף און נאַטירלעך איז זי אײַנגעוואָרצלט געוואָרן אינעם קולטורעלן לאַנדשאַפֿט פֿונעם לאַנד. אַזוי צי אַזוי, האָבן די אַרכעאָלאָגן באַשטעטיקט, אַז דאָס ייִדישע לעבן האָט געבליט אין תּימן אינעם 2טן יאָרהונדערט.
ס׳איז אינטערעסאַנט און מערקווירדיק, אַז די הײַנטיקע ייִדישע אינסטיטוציעס אין תּימן זענען פֿאַרבונדן מיט די אַמעריקאַנער סאַטמאַרער חסידים. צום באַדויערן, הגם די חסידישע טוער פֿאַרשפּרייטן פֿרומקייט, אינטערעסירט זיי ווייניק די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿונעם תּימנער נוסח ייִדישקייט אין אַמעריקע. אַדרבה, זיי שאַפֿן איצט אַ נײַעם דור ייִדיש־רעדער מיט טונקעלע פּנימער און מיזרחדיקע וואָרצלען.
אינעם שטעטל רײַדאַ האַלטן די סאַטמאַרער אונטער אַ קליינע ישיבֿה. נישט ווײַט פֿון דער שטאָט פֿונקציאָירט אַ שיל, אַ מיקווה, אַן אַנדער ישיבֿה און אַ ייִדישע מיידל־שיל. אויב די מלחמה וועט אָנגיין ווײַטער אין תּימן, וועלן די לעצטע רעשטלעך פֿון דער אָרטיקער קהילה, אַפּנים, זיך אַריבערפּעקלען, מיט דער הילף פֿון די אַמעריקאַנער עסקנים, קיין מאָנסי און קרית־יואל.
אינעם יאָר 2008 האָט אַ מוסולמענישער עקסטרעמיסט דערשאָסן אין רײַדאַ דעם אָרטיקן מגיד־שיעור און שוחט, משה יעיש אַל־נהרי, אַ טאַטע פֿון 9 קינדער. דאָס געריכט האָט באַשטעטיקט, אַז דער מערדער איז געווען אַ משוגענער, וועלכער האָט אויך דערהרגעט זײַן אייגענע פֿרוי. ס׳זעט אויס, אַז ער איז נישט געווען אַ מיטגליד פֿון אַן אָרגאַניזירטער טעראָריסטישער גרופּע. די תּימנער רעגירונג האָט פֿאַראורטיילט דעם מערדער צום טויט. דער אינצידענט האָט אָבער שטאַרק אויפֿגערודערט די אָרטיקע ייִדן.
ס׳זעט אויס, אַז די אויפֿשטענדלער, בראָש מיט הוסיין באַדרעדין אַל־הוסי, נאָך וועלכן זיי רופֿן זיך אָן „הוסיטן‟, אָנערקענען דעם חילוק צווישן ייִדן און ציוניזם ווי אַ פּאָליטישע שיטה. דאָס שײַכות צו די אַנטי־ציוניסטישע סאַטמאַרער חסידים העלפֿט זיכער דער ייִדישער קהילה. די פֿראַזע „אַ קללה אויף ייִדן‟ שטייט אָבער געשריבן אויף די אָפֿיציעלע פּלאַקאַטן פֿון דער באַוועגונג, וואָס באַטראַכט זיך ווי אַ שיִיִטישע. ס׳רובֿ שיִיִטן אַרום דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די איראַנער, באַציִען זיך אָבער צו דער דאָזיקער מיליטאַנטישער גרופּע מיט אַ חשד. אַזוי צי אַזוי, גלייבן די אויפֿשטענדלער, אַז די ייִדישע רעליגיע איז בעצם אַ „פֿאַרקריפּלטע‟. אויב אַפֿילו זיי פּלאַנירן נישט קיין פֿיזישע אַנטיסעמיטישע אַטאַקן, שאַפֿן זיי אין תּימן אַ קלימאַט, וווּ ס׳איז גאָר אומעטיק צו פֿירן אַ ייִדיש לעבן, שוין אָפּגערעדט פֿון דער געפֿערלעכער אָרעמשאַפֿט און אָנגייענדיקער בירגער־קריג אינעם לאַנד.
אין פּרינציפּ, וואָלטן די תּימנער ייִדן געקאָנט היטן ווײַטער זייערע אייגנאַרטיקע קולטור אין אַנדערע לענדער. די סאַטמאַרער חסידים, וואָס פּרוּוון זיי צו העלפֿן, האָבן דאָך אָפּגעהיט אויף אַן אייגענעם שטייגער די מיזרח־אייראָפּעיִשע אַשכּנזישע קולטור נאָכן חורבן, און געשאַפֿן אַ נײַעם מין ייִדישלאַנד אין צפֿון־אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע. צום באַדויערן, ווערן די „סאַטמאַריזירטע‟ תּימנער ייִדן אַסימילירט אין דער אַשכּנזישער קולטור. הײַנט טרעפֿן זיך אין אַמעריקע יונגע ייִדן מיט אַ טונקל פּנים, וואָס קענען גאַנץ גוט ייִדיש, אָבער די מסורה פֿון זייערע מיזרחדיקע אָבֿות האָבן זיי פֿאַרלוירן.
ס׳רובֿ ייִדן, וואָס שטאַמען פֿון תּימן, וווינען הײַנט אין ארץ־ישׂראל. ווען די ערשטע כוואַליע תּימנער עולים איז אָנגעקומען אין 1949—1950, האָבן זיי כּסדר געליטן פֿון דערנידעריקונגען און געצוווּנגענער אַסימילאַציע. די אייראָפּעיִשע ציוניסטן האָבן אויף זיי געקוקט ווי אויף „ווילדע אַראַבער‟, וואָס מע מוז סעקולאַריזירן און „אויסמענטשלען‟. לויטן העברעיִשן דאָקומענטאַר „ילדי הגזזת‟, זענען טויזנטער עולים פֿון אַראַבישע לענדער, אַרײַנגערעכנט תּימן, אומגעקומען בעת די צווייפֿלהאַפֿטיקע און סכּנותדיקע מעדיצינישע עקספּערימענטן מיט רענטגען־שטראַלן. אַ טייל תּינמער קינדער זענען אין יענער תּקופֿה אויך צוגעגנבֿעט און אַסימילירט געוואָרן בגוואַלד דורך די וועלטלעכע אַסימילאַנטן.
אין די 1950ער יאָרן, האָט דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, געשאַפֿן די חסד־אָרגאַניזאַציע „רבֿ טובֿ‟, כּדי צו העלפֿן די ייִדן אַוועקצופֿאָרן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און אַנדערע לענדער, וווּ ס׳האָט זיי געדראָט אַ גײַסטיקע אָדער פֿיזישע סכּנה. במשך פֿון יאָרן, האָבן די סאַטמאַרער אויך געבראַכט אַ ממשותדיקע צאָל תּימנער ייִדן קיין אַמעריקע. ווען פֿון דער ייִדישער קהילה אין תּימן זענען געבליבן בלויז קליינע גרופּעס, האָבן די אַמעריקאַנער פֿרומע אָרגאַניזאַציעס זיך מיט דערפֿאָלג פֿאַרמאָסטן מיט דער ציוניסטישער אַגענץ „סוכנות‟. אָנהייבנדיק פֿון 2009, זענען בערך אַ העלפֿט פֿונעם קנאַפּן האַלבן טויזנט ייִדן, וואָס זענען דעמאָלט נאָך געבליבן אין תּימן, אָנגעקומען קיין מאָנסי. ס׳רובֿ פֿון די פּליטים האָבן אַ שײַכות צו סאַטמאַר.
צום באַדויערן, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אין אַ טייל פֿאַלן האָט די הײַנטיקע „סאַטמאַריזאַציע‟ פֿאַקטיש דאָס זעלבע קרומע פּנים, ווי די „ציוניזאַציע‟. אויב אַפֿילו די חסידישע אָדער כּמו־חסידישע תּימנער לערנען זיך אויס ייִדיש, בלײַבן זיי פֿרעמד אין די „היימישע‟ קרײַזן פֿונעם אַשכּנזיש אונגערישן שניט.
אינעם יאָר 2003 איז אַרויס ניצן גלעדיס דאָקומענטאַר „אין דער סאַטמאַרער געפֿענקעניש‟. צוליב אַ טראַגיש אומגליק, האָט אַ תּימנער משפּחה אין מאָנסי פֿאַרלוירן זייער קליינע טאָכטער. די אַמעריקאַנער קינדער־אינסטאַנצן האָבן באַשלאָסן אָפּצונעמען די אַנדערע פֿינף קינדער בײַ די טאַטע־מאַמע און זיי איבערגעבן צו עטלעכע סאַטמאַרער משפּחות, וועלכע האָבן זיי צוגענומען, כּדי „אויסצומענטשלען‟. הגם דער פֿילם איז פֿול מיט איבערגעטריבענער אַנטי־חסידישער פּראָפּאַגאַנדע, שילדערט ער די טרויעריקע היסטאָרישע איראָניע. שטרעבנדיק אָפּצוראַטעווען די תּימנער ייִדן פֿון דער ציוניסטישער אַסימילאַציע, פֿירן געוויסע אַשכּנזים — אין דעם פֿאַל, גאָר פֿרומע, ייִדיש־רעדנדיקע און אַנטי־ציוניסטישע — אַן אייגענע קאַמפּאַניע פֿון גוואַלד־אַסימילאַציע, אַנשטאָט אָפּצוהיטן די אייגנאַרטיקייט פֿון דער אוראַלטער עטנישער גרופּע.
להיפּוך צו די באַגרעבער פֿון אונדזער שפּראַך, באַווײַזט זיך הײַנט אין אַמעריקע אַ ממשותדיקע צאָל יונגע נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער פֿונעם תּימנער אָפּשטאַם. אין מאָנסי טרעפֿן זיך משפּחות, וווּ די אַראַביש־רעדנדיקע זיידעס קאָנען נישט פֿאַרשטיין זייערע ייִדיש־שפּראַכיקע אייניקלען. צי איז דאָס אַ גוטער סימן? עס ווילט זיך האָפֿן, אַז צווישן די תּימנער ייִדן וועלן זיך טרעפֿן גענוג אייגענע אַקטיווע „ייִדישיסטן‟ — אָדער גיכער „ייִדיש־אַראַביסטן‟ — וואָס וועלן ווײַטער איבערגעבן דעם יונגן דור די אוראַלטע מסורה פֿון זייער אונטערגייענדיקער עדה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.