פּאָסטמאָדערניזם, ווי אַ קונסט־סטיל און פֿילאָסאָפֿיע, האָט זיך אָנגעהויבן אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. דער טערמין גופֿא האָט זיך אָבער באַוויזן מיט איבער 100 יאָר צוריק און פֿאַרשיידענע פֿילאָסאָפֿישע שיטות אָדער קולטור־באַוועגונגען פֿון די פֿריִערדיקע תּקופֿות קאָן מען באַצייכענען ווי פּאָסטמאָדערנע. אַפֿילו אַזעלכע קלאַסישע טעקסטן, ווי דער תּלמוד, פֿול מיט באַהאַלטענע רמזים, פֿאַררופֿונגען און שטענדיקע זיגזאַגישע בײַטן פֿון טעמעס און סטילן, דערמאָנען אין די הײַנטצײַטיקע פּאָסטמאָדערנע ראָמאַנען.
אַזוי צי אַזוי, האָט ד״ר יונתן באָיאַרין, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון ייִדישע ענינים, מיט 20 יאָר צוריק אָנגעשריבן אויף ייִדיש אַן אינטערעסאַנטע עסיי מיטן קעפּל „ייִדישע וויסנשאַפֿט און די פּאָסטמאָדערן‟, ווי אַ צוגאָב צו זײַן ענגלישער מאָנאָגראַפֿיע „טראַכטן אויף ייִדיש‟ (Thinking in Jewish). דער נאָמען פֿונעם בוך קלינגט פּראָוואָקאַטיוו פֿאַרן הײַנטיקן אַמעריקאַנער „דזשויִשן‟ לייענער, ווײַל דער מחבר דערמאָנט אונדז, אַז די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן באַטראַכט די ייִדישע שפּראַך ווי דאָס עיקר־לשון פֿון ייִדישקייט בכלל.
דעם 13טן מאַרץ האָט באָיאַרין פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן עסיי אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟, באַגלייט מיט אַ הקדמה, ענגלישער איבערזעצונג פֿון נעמי זײַדמאַן, און בילדער פֿונעם באַרימטן סאָוועטיש־ייִדישן קינסטלער אליעזר (על) ליסיצקי, וועלכער האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער הײַנטיקער מאָדערנער און פּאָסטמאָדערנער קונסט. אין ליסיצקיס אילוסטראַציע צו ייִדישע ביכער פֿילט זיך אַ השפּעה פֿונעם אייראָפּעיִשן דאַדאַיִזם, דעם סאָוועטישן קאָנסטרוקטיוויזם און דער דײַטשישער שיטה „בויהויז‟.
באָיאַרין דערקלערט, אַז אין יענער צײַט, ווען ער האָט אָנגעשריבן דעם חידושדיקן טעקסט, זענען די עלטערע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין פּאַריז און אַנדערע, וועלכע האָבן איבערגעלעבט אַלע שוידערס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, געוואָרן אַ טייל פֿון דער נײַער „פּאָסטמאָדערניזירטער‟ אייראָפּע, וווּ עס האָט זיך נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט די תּקופֿה פֿון קאָלאָניאַליזם. דער מחבר באַמערקט, אַז דער ענגלישער איבערזעצערין האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטפּלעקן די כּוונה פֿון זײַן עסיי „אָפֿן פֿאַר די גויים‟. ייִדיש, ווי ער גלייבט, טראָגט אין זיך אַן אוניקאַלע קאָמבינאַציע פֿון זייער אַ ספּעציפֿישער אידענטיפֿיקאַציע מיט אָפֿנקייט צו אַלע אַנדערע מענטשלעכע קולטורן. אַ ייִדישער שרײַבער קאָן זיך באַנוצן כּסדר מיט כּלערליי ווערטער און אויסדרוקן, וואָס שטאַמען פֿון גמרא און אַנדערע טיף ייִדישע קוואַלן, און פֿאָרט בלײַבן אַ קאָסמאָפּאָליט שבקאָסמאָפּאָליטן.
די דײַטשישע משׂכּילים האָבן אַמאָל געשאַפֿן די „וויסנשאַפֿט פֿון ייִדנטום‟. דער טעם פֿון זייער באַוועגונג איז געווען אַ ראַציאָנאַליסטישער און מאָדערנער. אין דער פּאָסטמאָדערנער תּקופֿה, וואָס האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון סכּנותדיקע סטערעאָטיפּן און אידעאָלאָגישע קאָנסטרוקציעס, איז כּדאַי זיך צו פֿאַרנעמען מיט „ייִדישער וויסנשאַפֿט‟, מיינענדיק דערמיט דווקא ייִדיש ווי אַ שפּראַך און אַ יסוד פֿון אַ קולטור, וואָס איז גובֿר די ראַמען פֿונעם משׂכּילישער איבערקלײַבערישן און עליטיסטישן וועלט־באַנעם.
די מערבֿדיקע קולטור, ווי עס באַמערקן די חז״ל, שײַנט ווי די זון מיט איר מאַכט און שטאָלץ. אויף ייִדיש זינגט מען אָבער „שיין ווי די לבֿנה‟. די לבֿנה שעמט זיך נישט אָפּצושפּיגלען די דרויסנדיקע קולטור, אָפּהיטנדיק דערמיט איר אייגענעם חן.
די אַשכּנזישע „לבֿנה‟ און די ספֿרדישע קאָנען זיך אויך גרינג אָפּשפּיגלען איינע אין דער צווייטער. באָיאַרין דערמאָנט אונדז, אַז דער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף זשאַק דערידאַ, אַ קלאַסיקער פֿונעם פּאָסטמאָדערניסטישן געדאַנק, איז געווען אַן אַלזשירער מיזרחדיקער ייִד. „ייִדיש איז אַ כּלי, וואָס ברענגט צוזאַמען רש״י מיט מאַרקישן‟. דער אוראַלטער פֿראַנצויזישער תּלמיד־חכם קאָן זיך טרעפֿן אין אונדזער קולטור מיטן וועלטלעכן ייִדישן שרײַבער און פּאָעט.
באָיאַרינס גאַנצער עסיי איז אָנגעשריבן אין זייער אַן אומגעוויינטלעכן, טאַקע פּאָסטמאָדערנעם סטיל. ער טענהט, אַז נישט געקוקט אויף דעם דערמאָנטן פּאָטענציאַל אָפּצושפּיגלען און פֿאַראייניקן וואָס־ניט־איז אין דער פּריזמע פֿון ייִדיש־קולטור, בלײַבט נאָך אַלץ אַ טיפֿער שפּאַלט צווישן די טאָג־טעגלעכע חסידישע ייִדיש־רעדער און דער אַקאַדעמישער „מבֿינישער עליט‟. בײַם סוף, פֿרעגט ער אָבער אַ קשיא: „נאָר אויב דאָס ייִדישע ווערט אַזוי לײַכט פֿאַראַלוועלטלעכט מיט פּאָסטמאָדערנעם כּישוף, איז וואָס בלײַבט אין דעם טאַקע ייִדישלעך?‟
הײַנט, מיט 20 יאָר צוריק, קלינגט דער עסיי נאָך אַלץ גאַנץ חידושדיק און באַלערנדיק, בפֿרט ווען מע טראַכט זיך אַרײַן, אַז דער עצם־נאָמען פֿון דער וועבזײַט, וווּ דער מחבר האָט עס פֿאַרעפֿנטלעכט — „אין געוועב‟ — איז אַ סימן פֿונעם פּאָסטמאָדערנעם געמיש. ס׳איז כּדאַי אויך צו באַמערקן, אַז דער מחבר, אַזוי ווי זײַן ברודער, ד״ר דניאל באָיאַרין, אַן אַנדער באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון ייִדישע ענינים, וועלכער באַציט זיך מיט אַ באַזונדערער סימפּאַטיע צום סאַטמאַרער רבין, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ לעבעדיקן בײַשפּיל פֿון דער דערמאָנטער בריק צווישן די הײַנטיקע אַקאַדעמישע און נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער. ביידע זענען, אין דער זעלבער צײַט, פֿרומע ייִדן, וועלטלעכע פֿאָרשער און אינטערעסאַנטע פֿילאָסאָפֿישע דענקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.