די נײַע אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אינעם „מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק‟ איז אַזוי פּרעכטיק, אַז עס וואָלט געווען אַ יושר מע זאָל עס קענען זען ניט בלויז ביז סוף יולי, נאָר טאַקע אויף לאַנגע יאָרן — ווי אַ שטענדיקע אויסשטעלונג. אויב ניט אינעם איצטיקן מוזיי, איז אפֿשר אויף אַן אַנדער אָרט, וואָס איז גוט צוגעפּאַסט, ווי, למשל, דער בנין פֿון דער ייִדישער אַקטיאָרן־יוניאָן אויף דער 7טער גאַס, וואָס דערווײַל שטייט עס ליידיק. אַוודאי, וועט דאָס קיין מאָל ניט מקוים ווערן, ווײַל אונדזערע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס זײַנען ניט בכּוח אײַנצוגיין אויף עפּעס אַ שותּפֿות (זאָל גאָט אָפּהיטן), יעדער מוז מאַכן שבת פֿאַר זיך. אָבער אַ פּשוטער ייִד דאַרף לעבן מיט זײַנע חלומות…
פּראָפֿ’ עדנאַ נחשון, פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, האָט צוגעגרייט די אויסשטעלונג מיט דער הילף פֿון סטעפֿאַני האַלפּערן, אַ דאָקטאָראַנטקע, וואָס שרײַבט איר דיסערטאַציע אויף אַ נאָענטער טעמע. איך האָב גענומען קורסן סײַ בײַ נחשון, סײַ בײַ האַלפּערן, האָב איך געזען, ווי זיי אַרבעטן אויף דער דאָזיקער אויסשטעלונג אַ סך יאָרן. מיט אומגעדולד האָב איך אַרויסגעקוקט אויף דעם דאָזיקן מאָמענט, און איצט זע איך, אַז מײַן וואַרטן איז געווען כּדאַי.
אַ מוזיי־אויסשטעלונג דאַרף אויסנעמען, קודם־כּל, מיט אירע עקספּאָנאַטן — עס דאַרף זײַן וואָס צו זען. און וועגן דעם ייִדישן טעאַטער איז דאָ זייער אַ סך: שרײַיִקע פּלאַקאַטן („קייטן פֿון ליבע‟), פֿאַנטאַסטישע קאָסטיומען (פֿון מאַלי פּיקאַן, מיי סײַמאָן, זיראָ מאָסטעל), אויסטערלישע ליאַלקעס (פֿונעם „מאָדיקאָט‟־טעאַטער), און אַוודאי אַ סך בילדער פֿון סצענעס און דעקאָראַציעס. אויסצוגן פֿון פֿילמען (כּמעט אַלע באַזירט אויף ייִדישע פּיעסעס) ווײַזן בערך, ווי אַזוי די זעלביקע אַקטיאָרן האָבן געשפּילט אויף דער בינע: מיט ברייטע זשעסטן, מיט גרויס געפֿיל, מיט חן, און אַ מאָל אויך איבערגעטריבן. דער ייִדישער טעאַטער איז קיין מאָל ניט געווען שטיל!
די אויסשטעלונג גיט איבער די שפּילערישקייט און אײַנפֿאַלערישקייט פֿון אונדזערע אַמאָליקע טעאַטער־מענטשן, וואָס האָבן זיך ניט געשעמט פֿאַר קיין קאָנטראָווערסיאַלע טעמעס — ניט פֿאַר סעקס („גאָט פֿון נקמה‟) און אַוודאי ניט פֿאַר דער פּאָליטיק. אַ גאַנצע סעקציע איז געווידמעט דעם לינקן טעאַטער „אַרטעף‟, וואָס האָט אויפֿגעטאָן גרויסע זאַכן — ביז דער היטלער־סטאַלין־אָפּמאַך האָט געמאַכט אַ סוף צו דעם.
צום גליק, באַהאַנדלט די אויסשטעלונג ניט דעם לאַנגדויערדיקן, פּאַמעלעכדיקן אונטערגאַנג פֿונעם ייִדישן טעאַטער, וואָס ציט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג (און הלוואַי ווײַטער!). אַנשטאָט דעם דערוואַרטן טרויעריקן סוף, ווײַזט מען ווי אַזוי אַ היפּשע צאָל ייִדישע אַקטיאָרן זײַנען אַריבער פֿון ייִדיש צו ענגליש, און האָבן אויך הצלחה געהאַט אויף דער ענגלישער בינע, ווי מאַלי פּיקאַן, פּאָל מוני, און מנשה סקולניק. אַזוי האָט מען אַ געפֿיל (אָדער אַן אײַנרעדעניש), אַז כאָטש אַ ביסל פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָט זיך אָפּגעראַטעוועט אין ענגליש.
מיר איז געקומען ווי אַ סורפּריז צו זען אויף אַ גרויסער מאַפּע פֿון ניו־יאָרק די גאַנצע געאָגראַפֿיע פֿונעם דעמאָלטיקן ייִדישן טעאַטער. עס זײַנען געווען טעאַטערס ניט בלויז אויף דער איסט־סײַד, אויף סעקאָנד־עוועניו, נאָר אויך אין „מידטאַון‟, אויף דער „אָפּער איסט סײַד‟, אין האַרלעם, און ווײַט, ווײַט אין ברוקלין און די בראָנקס. דאָס איז ניט געווען קיין ווינקלדיקער פֿענאָמען, נאָר אַ ריזיקע פֿאַרווײַלונג־אינדוסטריע, וואָס האָט, פּונקט ווי די ייִדישע פּרעסע, טאָג־טעגלעך באַדינט הונדערטער טויזנטער מענטשן. אַפֿילו ווען די מאַסן אימיגראַנטן האָבן געהונגערט, זײַנען זיי געווען גרייט צו צאָלן גוט געלט, כּדי זייער טעאַטער זאָל אויסזען ווי אַ פּאַלאַץ. איין פֿאָטאָ, וואָס פֿאַרנעמט אַ גאַנצע וואַנט פֿון דער אויסשטעלונג, אילוסטרירט דעם דאָזיקן פֿאַקט: אין מיטן שטייט דער ריזיקער, גלענצנדיקער בנין פֿונעם „גרענד טעאַטער‟, וווּ דער באַרימטער יעקבֿ פּ. אַדלער („דער גרויסער אָדלער‟) שפּילט „קעניג ליר‟, און צו ביידע זײַטן — די טענעמענט־הײַזער און אָרעמע חורבֿות, וווּ די טעאַטער־גייער האָבן אַליין געוווינט.
הײַנט איז אַוודאי פֿאַרקערט: די ייִדן וווינען אין פּרעכטיקע דירות אויף דער „אָפּער איסט סײַד‟ אָדער אין גרויסע הײַזער אויף לאָנג־אײַלאַנד, בשעת דער ייִדישער טעאַטער גייט אויס נאָך אַ שטיקעלע ברויט און אַ דאַך איבערן קאָפּ. (אָבער דאָס איז אַ טעמע פֿאַר אַ צווייטער אויסשטעלונג, וואָס מע וועט קיין מאָל ניט מאַכן, וועגן דעם ייִדישן טעאַטער אין 21סטן יאָרהונדערט.)
דערווײַל איז כּדאַי צו גיין זען די געוואַלדיקע נײַע אויסשטעלונג — כּל־זמן איז נאָך דאָ. מע באַקומט דאָרט צו פֿילן אַ גרעסערן דרך־ארץ פֿאַר דער שעפֿערישקייט און דער שיינקייט פֿון אונדזערע אַמאָליקע קינסטלער, ווי אויך עפּעס פֿון דער גרויסער ליבשאַפֿט, וואָס ייִדן האָבן דעמאָלט געפֿילט פֿאַר זייער טעאַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.