דעם 29סטן מאַרץ וועט מען אין ווענעדיק פּראַווען דעם 500־יאָריקן יאָרטאָג זינט אין דער שטאָט האָט מען געגרינדעט די ייִדישע געטאָ.
דער אַלטער ייִדישער קוואַרטאַל איז געווען פֿאַר זײַנע תּושבֿים אי אַ ברכה, אי אַ קללה. אינעם יאָר 1516 האָט דער ראָש („דאָזש‟) פֿון דער ווענעציאַנער רעפּובליק באַשלאָסן איינס פֿון די ערשטע ערטער אין דער וועלט, וווּ די ייִדן האָבן געמוזט לעבן אָפּגעזונדערט און אונטער אַ שטרענגן אויפֿזיכט. דאָס עצם־וואָרט „געטאָ‟ שטאַמט פֿונעם ווענעדיקער פֿאַרמאַכטן ייִדישן ראַיאָן. אין דער שטאָט, וווּ דון יצחק אַברבנאל האָט געלויבט די רעפּובליק ווי אַ מוסטער פֿון יורשדיקער פֿאָלקס־מאַכט, און ווי אליהו בחור האָט אָנגעשריבן זײַן גאַנץ אייראָפּעיִשן ראָמאַן „באָווע־בוך‟ מיט אַ ייִדישן טעם, האָבן ייִדן פּלוצעם פֿאַרלוירן די מעגלעכקייט צו וווינען ווי מע וויל און צו קאָנטאַקטירן פֿרײַ מיט די איטאַליענישע קריסטן.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט די קהילה ווײַטער געבליט, זיך צעוואַקסן און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאָמפּאַקטן צענטער, וווּ עטלעכע פֿאַרשיידענע עדות האָבן אָפּגעהיט זייער באַזונדערע שפּראַך און קולטור. יעדע גרופּע האָט געהאַט דאָס רעכט זיך אויפֿצופֿירן לויט אירע מינהגים און צו דאַוונען אין באַזונדערע „שקאָלעס‟ — שילן: די ייִדיש־רעדנדיקע אַשכּנזים, די אָרטיקע איטאַליענישע ייִדן, און ספֿרדים פֿון שפּאַניע און מיטל־מיזרח. אין דער ווענעדיקער געטאָ איז אויפֿגעקומען אַ גרויסער ייִדישער דרוק־צענטער; אַ סך אַלטע ביכער אויף ייִדיש זענען דאָרטן אַרויסגעגעבן געוואָרן.
אינעם יאָר 1797 האָט נאַפּאָלעאָן מבֿטל געווען די געטאָ. אַ סך ייִדישע תּושבֿים, וועלכע האָבן במשך פֿון אַ סך דורות געוווינט אינעם היסטאָרישן קוואַרטאַל, זענען דאָרטן געבליבן. אַ סך ווענעדיקער ייִדן זענען אומגעקומען בעת דעם חורבן, הגם, ווי אין אַנדערע איטאַליענישע שטעט, האָט דער נאַצי־גענאָציד זיך אָנגעהויבן שפּעטער און האָט נישט דערגרייכט אַזאַ קאַטאַסטראָפֿישן מאַסשטאַב, ווי אין מיזרח־אייראָפּע.
איצט באַטרעפֿט די ייִדישע קהילה אין דער שטאָט אַרום 500 נפֿשות. די קהילה איז גאַנץ אַקטיוו, אָבער בלויז עטלעכע צענדליק ייִדן וווינען איצט אין דעם שטח פֿון דער געוועזענער געטאָ. דער ראַיאָן בלײַבט אָבער נאָך דער שטאָטישער ייִדישער צענטער, וווּ עס געפֿינען זיך צוויי אַקטיווע שיל און אַ ישיבֿה. די געוועזענער געטאָ איז פּאָפּולער ווי אַ היסטאָריש אָרט, וואָס ציט צו די טוריסטן פֿון דער גאַנצער וועלט.
דעם 19טן יוני וועט זיך אינעם ווענעדיקער ייִדישן מוזיי עפֿענען אַן אויסשטעלונג וועגן די אָרטיקע ייִדן, ווי אַ טייל פֿון פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען, וואָס וועלן דורכגעפֿירט ווערן אין דער שטאָט אין שײַכות צום 500־יאָריקן יאָרטאָג. צום ערשטן מאָל פּלאַנירט מען צו שפּילן שעקספּירס „סוחר פֿון ווענעדיק‟ אינעם אָרט, וווּ עס קומט פֿאָר דער סיפּור־המעשׂה אין דער פּיעסע. אַ סעריע קאָנצערטן און קונסט־אויסשטעלונגען וועט אויך געווידמעט ווערן דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע אין דער באַרימטער צפֿון־איטאַליענישער שטאָט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.