די לענדער פֿון מיטל־ און מיזרח־אײראָפּע פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה האָבן געבראַכט אױף דער װעלט אַן אײגענאַרטיקן מין ליטעראַרישן שאַפֿן.
די ליטעראַרישע כּלי פֿון פֿאַנטאַסטיק האָט מען גענוצט ניט צוליב מאַכן זײערע װערק מער פֿאַרכאַפּנדיק אָדער באַלערעװדיק, נאָר פֿאַרקערט, כּדי צו צווינגען דעם לײענער צו פֿאַרטראַכטן זיך װעגן כּלומרשט באַשײַמפּערלעך־קלאָרע זאַכן. אײניקע פֿון די דאָזיקע מחברים, װי פֿראַנץ קאַפֿקאַ אױף דײַטש אָדער ברונאָ שולץ אױף פּױליש, זײַנען געװאָרן װעלט־באַרימט. אַנדערע, װי דער נסתּר אָדער דער טשעכישער שרײַבער ריכאַרד װײַנער, פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין די געהעריקע ליטעראַרישע קאַנאָנען, אָבער זײַנען עד־היום קױם באַקאַנט אין דער ברייטער װעלט.
דער פֿאַקט, װאָס די דאָזיקע מחברים זײַנען געװען ייִדן, איז ניט קײן צופֿעליקײט. דאָס שרײַבן איז פֿאַר זײ געװען אַן אופֿן איבערצוקומען זײער אײגענעם פּראָבלעמאַטישן מצבֿ אין די געזעלשאַפֿטלעכע סבֿיבֿות, װאָס האָבן באַטאָנט די נאַציאָנאַלע „עצמדיקײט‟ און געפֿאָדערט פֿון אַ שרײַבער, ער זאָל זײַן אַ גײַסטלעכער פֿירער און לערער פֿונעם פֿאָלק. די ייִדישע ליטעראַטור איז, אַגבֿ, אױך ניט געװען קײן אױסנאַם. די יונגע ליטעראַטן אין קיִעװ און אין ניו־יאָרק האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט װאָסער ניט איז אידעאָלאָגישער השגחה איבער ליטעראַטור, סײַ נאַציאָנאַלער און סײַ סאָציאַליסטישער. פֿאַר זײ זײַנען דאָס װאָרט און דער סטיל געװען הײליק. אַמבעסטן האָט עס אױסגעדריקט דער נסתּר אין אַ בריװ צו שמואל ניגער: „אָט דער סגנון דאָס בין איך‟.
איז װער זשע איז געװעּן ריכאַרד װײַנער (1884—1937), דער טשעכישער שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, װאָס האָט געלעבט אין פּאַריז און האָט זיך קונה־שם געװען אין דער סבֿיבֿה פֿון דער טשעכישער אינטעליגענץ נאָכן „פּראָגער פֿרילינג‟, אין 1968? װײַנער איז געבױרן געװאָרן אין אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה אין בײמען, װאָס איז דעמאָלט געװען אַ פּראָװינץ אין דער עסטרײַכיש־אונגערישער אימפּעריע. ער האָט שטודירט כעמיע, כּדי ממשיך צו זײַן מיט זײַן משפּחה־געשעפֿט, אָבער צו 27 יאָר האָט ער אױסגעקליבן אַ קאַריערע אין זשורנאַליסטיק און איז אַװעק קײן פּאַריז. בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט ער געדינט אין דער עסטרײַכישער אַרמײ, איז פֿאַרװוּנדעט געװאָרן און געליטן פֿון אַ נערװן־אײַנבראָך.
דװקא דערנאָך האָט זיך אָנגעהױבן די שעפֿערישע בלי־תּקופֿה אין װײַנערס לעבן. װױנענדיק אין פּאַריז, האָט ער אַרױסגעגעבן אַ רײ ביכער פֿון לידער און פּראָזע אױף טשעכיש. אַחוץ דעם, האָט װײַנער אָנגעשריבן טױזנטער אַרטיקלען פֿאַר די טשעכישע צײַטונגען װעגן דעם לעבן און פּאָליטיק אין פֿראַנקרײַך. בפֿרט װיכטיק זײַנען זײַנע רעפּאָרטאַזשן פֿון דער פּאַריזער שלום־קאָנפֿערענץ, װוּ מען האָט אַרומגערעדט דעם אױפֿקום פֿון דער נײַער טשעכאָסלאָװאַקישער מדינה. קײן סך אינטערעס אין ייִדישקײט און ייִדישע ענינים האָט ער ניט געהאַט. אין 1919 ער האָט זיך גערופֿן „אַ טשעכישער מחבר און אַ ייִד‟, אָבער מיט נײַן יאָר שפּעטער האָט ער זיך מודה געװען אין אַ פּריװאַטן בריװ, אַז לױט זײַן װעלטבאַנעם איז ער אַ קריסט, הגם פֿאָרמעל איז ער תּמיד פֿאַרבליבן אַ ייִד.
סוף 1920ער יאָרן האָט זיך װײַנער דערנענטערט צו דער סבֿיבֿה פֿון טשעכישע און פֿראַנצױזישע סוררעאַליסטן. דעמאָלט האָבן זיך אין זײַנע װערק באַװיזן ליאַלקעס און אַנדערע מאָדנע באַשעפֿענישן, און די געשעענישן זײַנען געװאָרן אַלץ מער אױסטערליש, חלומות האָבן זיך איבערגעמישט מיט װאָר. אין װײַנערס אױסגעטראַכטער װעלט איז ניטאָ קײן קלאָרע פֿאַרבינדונג צװישן דער סיבה און דעם פּועל־יוצא, צװישן דעם איצטיקן מאָמענט און דעם קומעדיקן. אַזאַ מין צעפֿאַל פֿון דער געװײנטלעכער המשכדיקײט איז גורם געפֿערלעכע פֿאָלגן.
דאָס װערט בולט געשילדערט אין װײַנערס לעצטן ראָמאַן, „די שפּיל אױף אַן אמת‟ (1933), װאָס איז איצט אַרױס אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון בנימין פּײלאָף. דער ראָמאַן איז ניט קײן גרינגע לעקטור, װײַל ער האָט ניט קײן קלאָרן סיפּור־המעשׂה; און די פּערסאָנאַזשן זײַנען מאָדנע באַשעפֿענישן, חצי־מענטשן און חצי־ליאַלקעס. װײַנער איז אױסן ניט צו דערצײלן די מעשׂה, נאָר צו אַנטפּלעקן די קאָמפּליצירטע און פֿאַרפּלאָנטערטע באַציִונגען צװישן דער װעלט פֿון װאָר און דעם אינערלעכן באַװוּסטזײַן פֿון אַ קינסטלער, װאָס לעבט אין זײַנע פּערסאָנאַזשן. אײן ליאַלקע־פֿיגור אינעם ראָמאַן זאָגט װעגן דער אַנדערער: „ער װערט הינגעריכטעט ניט װײַל ער איז שולדיק; ער איז שולדיק, װײַל ער װערט הינגעריכטעט‟. דאָס האָט װײַנער אָנגעשריבן אין פּאַריז אין 1930, װען אײראָפּע האָט נאָך געלעבט בשלום, און בלױז געצײלטע יחידים האָבן געקאָנט פֿאָרױסזען דעם שרעק, װאָס װעט קומען אין קנאַפּע צען יאָר אַרום.
װײַנערס פֿאָרױסזעונגען און פֿאָרגעפֿילן שטאַמען ניט פֿון זײַן פּאָליטישן חקירות אָדער קענטענישן. ער האָט באַטראַכט די אַרומיקע װעלט מיט זײַנע שאַרפֿזיניקע אױגן פֿון אַן אײנזאַמען קינסטלער, און דערזען כּלערלײ שפּאַלטן און ריסן אונטער דער גלאַטיקער אײבערפֿלאַך פֿונעם אײראָפּעיִשן שטײגער. אַלײן האָט ער ניט דערלעבט ביז די ערגסטע יאָרן, װען זײַן לאַנד איז געװאָרן דער ערשטער קרבן פֿון היטלערס אַגרעסיע, אָבער זײַן כּוח־הדמין האָט אױסגעמאָלט און אַנאַליזירט דעם צעפֿאַל פֿון דער אײראָפּעיִשער ציװיליזאַציע פֿריִער, שאַרפֿער און מער בילדעריש, אײדער די פּאָליטישע אַנאַליטיקער פֿון יענער צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.