אַפֿילו פֿרומע ייִדן האָבן געאַרבעט שבת

Even Orthodox Jews Worked on Shabbos

שמואל (סעמיועל) דיקשטיין
Getty Images
שמואל (סעמיועל) דיקשטיין

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 22, 2016, issue of April 15, 2016.

ניט לאַנג צוריק האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל אונטערן טיטל „דער דורכפֿאַל פֿון שבת־ביל אין ניו־יאָרקער סטייט־אַסעמבלי‟, וואָס איז אַרויס מיט 95 יאָר צוריק, דעם 1טן אַפּריל 1921, אין דער ניו־יאָרקער צײַטונג „דער מאָרגן־זשורנאַל‟.

דער מחבר, ישׂראל ציוני, שרײַבט וועגן דעם, אַז די אַסאַמבלעע פֿונעם שטאַט („סטייט־אַסעמבלי‟) האָט מיט 96 שטימען קעגן 31 אָפּגעוואָרפֿן דעם פּרוּוו אָפּצושאַפֿן, אָדער לכל־הפּחות אָפּצושוואַכן, דעם אַזוי־גערופֿענעם „בלויען‟ געזעץ, וועלכער האָט אָפּגעהיט די קריסטלעכע הייליקייט פֿון זונטיק ווי דעם טאָג פֿון אָפּרו.

די פֿראַגע, פֿאַר וואָס די זונטיק־געזעצן האָבן באַקומען דעם בלוי־קאָלירטן נאָמען, בלײַבט, ווי איך פֿאַרשטיי, אַן אָפֿענע. עס זײַנען דאָ וועגן דעם עטלעכע השערות. די מעשׂה, אַז דער ערשטער געזעץ פֿון אַזאַ מין איז אַרויס אויף אַ בלויען פּאַפּיר, איז אַ פּנים, אַן אויסגעחלומטע. דער עיקר, אָבער, אַז פֿאַר די פֿרומע ייִדן, ווי אויך ניט־ייִדישע „שומרי־שבת‟ (די אַדווענטיסטן פֿונעם זיבעטן טאָג), האָט עס געשאַפֿן ערנסטע פּראָבלעמען, עקאָנאָמישע בתוכם.

דאָס האָט געהייסט, למשל, אַז אַ קרעמער, וואָס האָט צוליב זײַן פֿרומקייט אָדער דער פֿרומקייט פֿון דער געגנט געמוזט שבת האַלטן זײַן געשעפֿט פֿאַרמאַכט, האָט ניט געטאָרט אַרבעטן זונטיק אויך. אין דעם געזעץ־פּראָיעקט („ביל‟), וואָס די אַסאַמבלעע האָט באַטראַכט און לסוף ניט אָנגענומען אין יאָר 1921, איז די רייד טאַקע געגאַנגען, קודם־כּל, וועגן די שומרי־שבת — צו דערלויבן די ניו־יאָרקער תּושבֿים, וואָס קענען ניט אַרבעטן אום שבת, צו קענען אַרבעטן זונטיק.

דער אַרטיקל אין „מאָרגן זשורנאַל‟ שטרײַכט אונטער, אַז דער באַשלוס אָפּצוּוואַרפֿן דעם געזעץ־פּראָיעקט האָט קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו אַנטיסעמעטיזם. עס האָט פּשוט בולט אָפּגעשפּיגלט די קריסטלעכע פֿרומקייט פֿון די מיטגלידער פֿונעם היגן פּאַרלאַמענט, בעת ענלעכע געזעצן אין פּוילן, אַ שטייגער, האָט מען אָנגענומען דווקא, כּדי אָנטאָן שאָדן די ייִדן. „דער מאָרגן־זשורנאַל‟, וועמענס לייענערס זײַנען געווען, בדרך־כּלל, אַזוי אָדער אַנדערש פֿרום (די צײַטונג איז ניט אַרויס אום־שבת), האָט ניט פֿאַרגעסן צו מאַכן נאָך איין פֿאַרגלײַך: אין אַמעריקע זײַנען די ייִדן אַ סך זעלטענער געווען שומרי־שבת און, בכלל, פֿרום איידער אין דער „אַלטער היים‟, אַזוי אַז דער זונטיק־געזעץ איז געווען באמת וויכטיק נאָר פֿאַר אַ רעלאַטיוו קליינער צאָל ניו־יאָרקער ייִדן.

צו דעם ענין פֿון זונטיק האָט מען זיך ניט איין מאָל אומגעקערט אויך אין די קומענדיקע יאָרן, אָבער אָפֿיציעל איז דער געזעץ אין גאַנצן אַנולירט געוואָרן אין ניו־יאָרק נאָר אין יאָר 1976. געוויסע רעשטלעך פֿון זונטיק־באַגרענעצונגען, בפֿרט לגבי פֿאַרקויפֿן משקה, האַלטן זיך אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער ווינקלען ביזן הײַנטיקן טאָג. אָפֿט מאָל בלײַבן זיי נאָך אין די געזעץ־געבונגען פֿון די שטאַטן, אָבער פּראַקטיש איגנאָרירט מען זיי, ווי מע איגנאָרירט אַ סך פֿאַרעלטערטע געזעצן.

***

אינטערעסאַנט איז דער מענטש, וואָס האָט געהאַט אַרײַנגעטראָגן דעם געזעץ־פּראָיעקט אין יאָר 1921. זײַן נאָמען איז שמואל (סעמיועל) דיקשטיין. ער איז געבוירן געוואָרן אין ליטע אין יאָר 1885, אָבער די עלטערן האָבן אים געבראַכט קיין אַמעריקע, ווען ער איז געווען אין גאַנצן זעקס יאָר אַלט, אַזוי אַז אויסגעוואַקסן איז ער שוין כּמעט ווי אַן עכטער אַמעריקאַנער. דיקשטיין האָט זיך אויסגעלערנט אויף אַדוואָקאַט און האָט פֿאַרנומען הויכע שטעלעס נאָך איידער מע האָט אים אויסגעוויילט אין 1919 אין דער אַסאַמבלעע פֿון שטאַט ניו־יאָרק און דערנאָך, אין 1923, אין דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס.

אין דער געשיכטע האָט דיקשטיין איבערגעלאָזט ניט ווייניקער ווי צוויי ממשותדיקע שפּורן. ערשטנס, האָט ער איניציִיִרט די גרינדונג פֿון דעם קאָמיטעט פֿאַר ניט־אַמעריקאַנער אַקטיוויטעטן. זײַן אידעע איז געווען צו קעמפֿן קעגן כּלערליי נאַציסטישע עלעמענטן אין דער געזעלשאַפֿט. ווי מיר ווייסן, האָט מען שפּעטער פֿאַר „ניט־אַמעריקאַניש‟ באַטראַכט, דער עיקר, די קאָמוניסטן. אָבער צו דעם שינוי האָט שוין דיקמאַן קיין שײַכות ניט געהאַט.

דער צווייטער שפּור איז אין גאַנצן אַ שמוציקער. אין די סאָוועטישע אַרכיוון האָט מען אויסגעגראָבן באַווײַזן, אַז דיקשטיין האָט יאָרנלאַנג געקראָגן פֿון דעם סאָוועטישן צד אַ הויכן „געהאַלט‟. אמת, ס׳איז ניט קלאָר, וואָס פֿאַר אַ מין אינפֿאָרמאַציע פֿלעגט ער פֿאַר אָט די געלטער פֿאַרקויפֿן. די אַרכיוון־דאָקומענטן דערציילן אויך וועגן די כאַבאַרן, וואָס ער פֿלעגט, משמעות, נעמען פֿאַר העלפֿן די אימיגראַנטן צו באַקומען די רעכט זיך צו באַזעצן ווי בירגער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ סבֿרא, אַז אַזעלכע זאַכן איז אים געווען גרינגער צו טאָן איידער צו בײַטן דעם זונטיק־געזעץ.

וועגן דיקשטיינס סאָוועטישע פֿאַרבינדונגען קען מען לייענען אין דעם בוך The Haunted Wood: Soviet Espionage in AMerica - the Stalin Era, וואָס איז אָנגעשריבן דורך אַלען ווײַנשטיין און אַלעקסאַנדער וואַסיליעוו. פֿון דעם וואָס מיר ווייסן עד־היום, איז דיקשטיין געווען דער איינציקער מיטגליד פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, וואָס האָט געדינט ווי אַן אויסלענדישער אַגענט.