אַ לאָדזשער גאַס נאָך חוה ראָזענפֿאַרב?

A Lodz Street Named After Chava Rosenfarb?


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 22, 2016, issue of April 15, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

געבוירן איז חוה ראָזענפֿאַרב אין לאָדזש, אין 1923. ווען זי איז בלויז געווען אַ קינד האָט איר טאַטע זי שוין געמוטיקט צו ווערן אַ ייִדישע שרײַבערין. אין 1939, ווען זי איז געווען אַלט 16 יאָר, האָבן די דײַטשן פֿאַרכאַפּט פּוילן. זי און איר משפּחה זענען, ווי אַלע ייִדישע אײַנוווינער פֿון לאָדזש, פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין געטאָ. דאָרט האָט זי באַשריבן די טעג פֿון כּסדרדיקן שרעק, און איר קאַמף צו בלײַבן לעבן. הגם מע האָט די בויגנס פֿון אירע לידער צוגענומען אין אוישוויץ, האָט זי שפּעטער, ליגנדיק אין איר בעטל אינעם לאַגער „סאַסעל‟, רעקאָנסטרויִרט דעם טעקסט פֿון די לידער און זיי אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק.

נאָך דער מלחמה האָט זי חתונה געהאַט מיטן צוקונפֿטדיקן אַבאָרט־אַקטיוויסט, ד״ר הענרי מאָרגענטאַלער. אין 1950 האָבן זיי זיך באַזעצט אין מאָנטרעאָל, וווּ ראָזענפֿאַרב, אַ טראָגעדיקע מיט גאָלדען, איז וואַרעם באַגריסט געוואָרן פֿון די אָרטיקע ייִדישע שרײַבער.

„די מאַמע האָט זיך תּמיד געהאַלטן פֿאַר אַ לאָדזשער, מע קען זאָגן זי האָט געהאַט אַן אָבסעסיע וועגן לאָדזש, כאָטש אירע זכרונות זענען געווען זייער אַמביוואַלענט,‟ האָט מאָרגענטאַלער באַמערקט. „זי האָט אַ סך דערציילט וועגן דער בונדישער ׳צישאָ־שול׳, וווּ זי האָט זיך געלערנט.‟

איינע פֿון די זכרונות, וואָס ראָזענפֿאַרב פֿלעגט דערציילן וועגן אירע קינדער־יאָרן אין לאָדזש איז, אַז צו 10—11 יאָר האָט זי זיך פֿאַרליבט אין איר ליטעראַטור־לערער, חבֿר יודל רעזניק, און ער האָט זי, אַ פּנים, אויך ליב געהאַט און זי גערופֿן „מײַן מאַיאָנטעקל‟. „איין מאָל האָבן די תּלמידים אָרגאַניזירט אַ שטרײַק און אַלע האָבן אַרויסמאַרשירט פֿון רעזניקס קלאַס, אַחוץ מײַן מאַמע, אויס טרײַשאַפֿט צו אים,‟ האָט מאָרגענטאַלער דערציילט. ווי האָט חבֿר רעזניק רעאַגירט אויף דעם? ער האָט אָנגעקוקט זײַן תּלמידה און געזאָגט: „אוי, חוהלע, דו ביסט אַ שלעכטער בונדיסט…‟