אַ לאָדזשער גאַס נאָך חוה ראָזענפֿאַרב?

A Lodz Street Named After Chava Rosenfarb?


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 22, 2016, issue of April 15, 2016.

אין לאָדזש, פּוילן, האָט אַ יונגע פֿרוי זיך לעצטנס אונטערגענומען אַן אומגעריכטע איניציאַטיוו: צו געבן אַ גאַס אַ נאָמען נאָך דער לאָדזש־געבוירענער ייִדישער שרײַבערין און פּאָעטעסע, חוה ראָזענפֿאַרב.

עוואַ קאַמינסקאַ־בוזאַלעק האָט געגרינדעט איר קאַמפּאַניע אינעם „אינטערנאַציאָנאַלן פֿרויען־טאָג‟, דעם 8טן מאַרץ. במשך פֿון די קומעדיקע חדשים וועט זי לאָזן מענטשן וויסן וועגן איר איניציאַטיוו אויף כּלערליי קולטורעלע אונטערנעמונגען איבער דער שטאָט. כּדי דער פּלאַן זאָל באַטראַכט ווערן פֿון דער מוניציפּאַליטעט, מוז קאַמינסקאַ־בוזאַלעק זאַמלען די חתימות פֿון 1,000 מענטשן. די שטאָט וועט לאָזן וויסן איר באַשלוס אין דרײַ חדשים אַרום.

חוה ראָזענפֿאַרב איז געווען איינע פֿון די חשובֿסטע ראָמאַנען־שרײַבער אויף ייִדיש אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. איר הויפּטטעמע איז געווען דער חורבן. זי אַליין האָט מיטגעמאַכט די לאָדזשער געטאָ, אוישוויץ און בערגען־בעלזען.

גאָלדע מאָרגענטאַלער — חוה ראָזענפֿאַרבס טאָכטער און אַ ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָרין אינעם „לעטברידזשער אוניווערסיטעט‟ אין אַלבערטאַ, קאַנאַדע — איז געווען איבערראַשט צו הערן די נײַעס. „אַפֿילו אויב דער פּלאַן וועט נישט מקוים ווערן, בין איך אַנטציקט דערפֿון,‟ האָט זי איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟. „ס׳איז זייער אַ שיינער אײַנפֿאַל‟.

די קאַמפּאַניע צו געבן אַ גאַס אַ נאָמען נאָך חוה ראָזענפֿאַרב קומט פֿאָר אין דער זעלבער צײַט, וואָס מע גיט אַרויס די פּוילישע איבערזעצונג פֿונעם ערשטן באַנד פֿון ראָזענפֿאַרבס ראָמאַן, „דער בוים פֿון לעבן‟. דאָס בוך איז ערשט פּובליקירט געוואָרן, אַ דאַנק אַ סובסידיע, וואָס דער „מאַרעק עדעלמאַן דיאַלאָג־צענטער‟ האָט באַקומען פֿון דער פּוילישער רעגירונג, האָט מאָרגענטאַלער געזאָגט.