לויט אַ נײַער אַנקעטע, האַלט כּמעט יעדער צווייטער פּאָליאַק, אַז מדינת־ישׂראל איז אַגרעסיוו און אַפֿילו געפֿערלעך פֿאַרן וועלט־שלום. מער ווי אַכציק פּראָצענט פּאָליאַקן האַלטן, אַז ישׂראל איז אַ טיף רעליגיעזע מלוכה.
פֿאַרשטייט זיך, אַז ווער ס׳איז געווען אין וואַרשע און אין תּל־אָבֿיבֿ ווייסט, אַז דאָס רובֿ תּל־אָבֿיבֿער גייען שבת צום ים, בשעת די קירכן אין וואַרשע זענען זונטיק פֿיל געפּאַקט מיט מענטשן. פֿון די פּוילישע שטעטלעך און דערפֿער איז שוין אָפּגערעדט.
נאָך איין פֿאַקט: אין ישׂראל לערנט מען נישט קיין רעליגיע אין די מלוכישע שולן, בשעת אין פּוילן לערנען זיך די קינדער אין די מלוכישע שולן פֿיר מאָל אַ וואָך רעליגיע מיט א גלח אָדער אַ מאָנאַשקע.
אָבער נישט דאָס בין איך אויסן. וואָס בין איך יאָ אויסן? די דאָזיקע אַנקעטע האָט באַשטעלט די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין וואַרשע. והיוצא מזה? אַנאַ אזרי, די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין האַלט, און די אנקעטע באַווײַזט עס, אַז די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדעס בכלל און די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין וואַרשע בפֿרט נייטיקן זיך אין גרעסערע בודזשעטן, כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם אימאַזש פֿון ישׂראל אין דער פּוילישער עפֿנטלעכקײט.
די צרה איז, אַז נישט אַלץ איז אַ פֿראַגע פֿון געלט.
למשל: טרעפֿט וויפֿל שעה אַ טאָג איז די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין וואַרשע אָפֿן? דער ענטפֿער איז — 3 שעה, אַחוץ, פֿאַרשטייט זיך, פּוילישע, ייִדישע און ישׂראלדיקע יום־טובֿים. און וויפֿל שעה אַ טאָג איז אָפֿן, לאָמיר זאָגן, די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין וואַרשע? דער ענטפֿער איז — אַכט מיט אַ האַלב שעה.
נאָך אַ טשיקאַווער פֿאַרגלײַך צווישן די ישׂראלדיקע און די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדעס. סטיווען מאַל, וואָס איז געווען ביז לעצטנס דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין וואַרשע, האָט זיך אויסגעלערנט די פּוילישע שפּראַך. ער רעדט טאַקע מיט אַ שווערן אַמעריקאַנער אַקצענט, אָבער די פּאָליאַקן געפֿעלט עס דווקא. דאָס איז פֿאַר זיי אַ באַווײַז, אַז מען האָט דרך־ארץ פֿאַר זייער שפּראַך און קולטור.
זײַן באַשיידנקײט איז אויך שטאַרק געפֿעלן געוואָרן די וואַרשעווער. אין וואַרשע גנבֿעט מען ראָווערס (וועלאָסיפּעדן). דער אַמבאַסאַדאָר פֿלעגט זאָגן, אַז ער האָט נישט קיין מורא מען זאָל צוגנבֿענען זײַן ראָווער. די סיבה: זײַן ראָווער איז אַזוי אַלט, אַז אַפֿילו די גנבֿים ווילן אים נישט.
שבח ווײַס, וואָס רעדט יאָ פּויליש, איז געווען במשך פֿון לאַנגע יאָרן דער סאַמע פּאָפּולערסטער אַמבאַסאַדאָר אין וואַרשע. מען האָט אים שטענדיק געזען אויף די טעלעוויזיע־עקראַנען און אויף די שער־בלאַטן פֿון די בעסטע זשורנאַלן. זײַן פּאָפּולאַריטעט איז געווען ממש אין לשער.
הייסט עס, אַז נישט אַלץ איז אַ פֿראַגע פֿון געלט.
אַגבֿ געלט — העברעיִש איז זייער פּאָפּולער אין וואַרשע. אפֿשר וואָלט געווען בעסער, ווען ישׂראל וואָלט געשטיצט אַפֿילו מיט אַ קליינינקער סומע די עבֿרית־קורסן. זאָלן די פּאָליאַקן, וואָס האָבן יאָ ליב ישׂראל און העברעיִש, שעפּן אַ ביסל נחת. די וואָס האָבן אונדז פֿײַנט, וועלן אונדז במילא פֿײַנט האָבן.
די ישׂראלדיקע יוגנט וואָס פֿאָרט קיין פּוילן, וועט פֿון הײַנט אָן האָבן אויך די מעגלעכקייט צו זען פּוילן מיט די אויגן פֿון מנחם בעגין.
די ערשטע נסיעה אין די פֿוסטריט פֿון בעגינען האָט אָרגאַניזירט די שול אויפֿן נאָמען פֿון מנחם בעגין אין צפֿת. דער צפֿתער בירגערמײַסטער, אילן שוחט, איז געפֿאָרן קיין פּוילן מיט די תּלמידים.
וואָס מיינט אַזוינס, „אין די פֿוסטריט פֿון בעגינען?‟ — איז אַזוי: אין דעם ערשטן טאָג אין וואַרשע האָבן די תּלמידים עולה־רגל געווען צו דעם קבֿר פֿון סטעפֿאַן וולאַדיסלאַוו, דער קאָמענדאַנט פֿון דעם אצ״י (הארגון הצבאי היהודי — די ייִדישע מיליטערישע אָרגאַניזאַציע), וואָס האָט געקעמפֿט צוזאַמען מיט מרדכי אַנילעוויטשן קעגן די דײַטשן, בשעת דעם אויפֿשטאַנד אין דער וואַרשעווער געטאָ. אַגבֿ, דער אצ״י האָט געהאַט דעם איינציקן קוילן-וואַרפֿער אין געטאָ.
די תּלמידים זענען אויך געגאַנגען מיט די ישׂראל־פֿאָנען צו מוראַנאָווסקאַ פּלאַץ, וווּ די אצ״י־קעמפֿערס האָבן אויפֿגעהויבן די ישׂראל־פֿאָן בשעתן קאַמף מיט די דײַטשן. אפֿשר וואָלטן זיי געדאַרפֿט אויך באַזוכן דעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, וואָס האָט ביז הײַנט געהאַט 5 נאָבעל־לאַורעאַטן; דרײַ פֿון זיי — ייִדן, צווישן זיי — אויך מנחם בעגין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.