אומלעגאַלע מעשׂים אין ישׂראלדיקן רעפֿאָרם־צענטער

Illegal Activities at Israeli Reform Center


פֿון שבֿע כּהן

Published March 23, 2016, issue of April 15, 2016.

ווי אַ שרײַבערין פֿון פּובליציסטיק, האַלט איך געוויינטלעך, אַז עס איז נישט פּאַסיק צו שרײַבן וועגן זיך אַליין. דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, אָבער, האָב איך איבערגעלעבט אַזאַ מיאוסע געשעעניש, אַז איך האָב געדאַרפֿט שרײַבן וועגן דעם ספּעציעל, ווײַל דאָס האָט זיך געטראָפֿן אין אַ קולטורעלן צענטער, וואָס איז געשטיצט דורך די אַמעריקאַנער ייִדן.

עס איז מיר דערווײַל נישט אויסגעקומען צו זען אַזאַ געשעפֿט, וואָס נוצט אויס די אַרבעטער אויף אַזאַ אומבכּבֿודיקן אופֿן, ווי „משכּנות רות דניאל‟, דער קהילה־צענטער פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג אין יפֿו. איך שרײַב וועגן דעם, האָבנדיק אַ ברעקל האָפֿענונג, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן וואָס שענקען נדבֿות צו די ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס, זאָלן זײַן מער פֿאַראַנטוואָרטלעך, און איבערקוקן בעסער די פֿירעכץ פֿון אָט די אָרגאַניזאַציעס.

עס איז נישט קיין סוד צווישן מײַנע פֿרײַנד, אַז איך האָב נישט קיין פּאָזיטיווע דעות וועגן די רעליגיעזע אַנשטאַלטן אין אַלגעמיין און ספּעציעל נישט וועגן די אַזוי־גערופֿענע „פּראָגרעסיווע‟ אַנשטאַלטן; אָבער איך בין אין דער אונטערשטער שורה פֿאָרט אַ מעסיקע פּראַגמאַטיסטקע. איך האָב געפֿונען אַן אַרבעט אינעם רעסטאָראַן פֿון דעם קהילה־צענטער ווי אַ מין קעכין/קעלנערין. דאָס געהאַלט איז געווען טאַקע נידעריק — מען באַצאָלט נאָר דעם גאָר „מינימום‟; אָבער איך האָב נישט דערוואַרט מען זאָל באַצאָלן אַ סך מער, און די שעהען זענען געווען פּונקט פּאַסיק פֿאַר אַ מאַמע, וואָס דאַרף אָפּנעמען איר קינד פֿון דער שול. דער הויפּט־שעף האָט געזאָגט, אַז דאָס איז בכלל נישט קיין פּראָבלעם, איך זאָל נישט אַרבעטן אין די שבתים.

אין אָנהייב האָט אַלץ אויסגעזען גוט און שיין. די אַנדערע אַרבעטערס זײַנען געווען פֿרײַנדלעך, די קאַווע פֿון דער מאַשינקע איז געווען געשמאַק, און איך האָב באַקומען קורצע הפֿסקות צו עסן, וואָס ס׳איז געבליבן פֿון די מאָלצײַטן, מיט די אַנדערע אַרבעטערס אין האָטעל. די איינציקע פּראָבלעם איז, אַז איך האָב אויך געאַרבעט אין די אָוונטן עטלעכע טעג, אָבער איך האָב דאָס פֿאַרשטאַנען ווי אַ טייל פֿון „אויסשולן‟ דעם אַרבעטער; איך זאָל נישט זײַן אין גאַנצן אָפּהענגיק אין די פֿאַלן, ווען מען וואָלט זיך גענייטיקט אין מיר אין אָוונט.

נאָך דער צווייטער וואָך פֿון מײַן אַרבעט, בין איך אין אַן אָוונט געגעסן מיט אַן אַרבעטער פֿון אַן אַנדער אָפּטייל. ער האָט מיך געפֿרעגט וויפֿל מען באַצאָלט מיר, און צי איך האָב שוין באַקומען דעם ערשטן געהאַלט. איך האָב געזאָגט, אַז איך אַרבעט נאָך נישט גענוג דאָרטן, כ׳זאָל קריגן דעם געהאַלט. האָט ער מיר דערציילט, אַז פֿון יעדע 8 שעה וואָס ער אַרבעט, באַקומט ער נאָר געהאַלט פֿאַר 7 שעה, ווײַל איין שעה איז לכאורה אַ הפֿסקה, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט קיין מאָל נישט באַקומען אַזאַ לאַנגע הפֿסקה. לויטן ישׂראלדיקן געזעץ דאַרף אַן אַרבעט־געבער נישט באַצאָלן פֿאַר הפֿסקות, אָבער נאָר מיטן באַדינג, אַז די אַרבעטער זײַנען פֿרײַ אַרויסצוגיין פֿונעם אַרבעט־פּלאַץ. דער האָטעל האָט אויסגעטראַכט אַ פּאַטענט צו מאַכן אַן אָנשטעל, אַז זיי האַלטן זיך בײַם געזעץ און מיטן זעלבן מיטל צו באַצאָלן די אַרבעטער ווייניקער פֿונעם געהאַלט־מינימום.

דער מענטש האָט מיך אויך געוואָרנט, אַז די מאָלצײַטן אין דעם האָטעל זײַנען נישט אומזיסטע פֿאַר די אַרבעטער. מען נעמט אַראָפּ 300 שקל אַ חודש פֿאַר דער פּריווילעגיע עפּעס איבערצובײַסן פֿון דעם, וואָס ס׳וואָלט סײַ־ווי אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן אין מיסט־קאַסטן. איך טרײַב נישט איבער: איך אַליין האָב אַרויסגעוואָרפֿן אין מיסט דאָס עסן, וואָס מען האָט נישט געקענט אָדער נישט געטאָרט צוריקלייגן אין פֿרידזשידער און דערוואַרעמען דעם קומענדיקן טאָג. האָב איך אים געפֿרעגט, וואָס וואָלט, אַשטייגער, געשען, ווען איך וואָלט געבראַכט דאָס עסן פֿון דער היים; האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז איך וואָלט געדאַרפֿט אונטערשרײַבן אַ פּאַפּיר, אַז כ׳זאָג צו נישט אָנצורירן קיין קיכעלע פֿון דעם, וואָס מע גיט דאָ.

די דריטע וואָך איז מיר שוין געוואָרן קלאָר, אַז די אַרבעט אַליין איז נישט דאָס, וואָס מען האָט מיר צוגעזאָגט. איך האָב קיין מאָל נישט געזען, אַז די אַנדערע פֿרויען זאָלן צוגרייטן דאָס עסן אין קיך. אַפֿילו אויב יאָ, איז די אויפֿגאַבע פֿון די קעכערס געווען מער צו דערוואַרעמען דאָס געקויפֿטע עסן, אָדער צו קאָכן מיט געקויפֿטע סאַוסן איידער טאַקע צו קאָכן. די סיבה, וואָס האָט מיך איבערגעצײַגט זיך טאַקע אָפּצוזאָגן פֿון דער אַרבעט איז געווען, אַז אָפּגערעדט האָט מען כ׳זאָל אַרבעטן לכאורה אין דער פֿרי, אָבער איך באַקום, דער עיקר, שעהען אין אָוונט. געענטפֿערט האָט מען מיר, אַז דאָס איז אַזוי צוליב דעם, וואָס איך אַרבעט נישט אין די שבתים, כאָטש אין דער רעקלאַמע פֿונעם האָטעל איז בפֿירוש געשטאַנען קלאָר אָנגעשריבן, אַז „די אַרבעט איז נאָר אין דער פֿרי, און מען דאַרף נישט אַרבעטן שבת‟.

אַ וואָך נאָך דעם וואָס איך האָב זיך אָפּגעזאָגט פֿון מײַן שטעלע, בין איך געגאַנגען אין האָטעל אָפּנעמען מײַן געהאַלט. אין אַ תּקופֿה פֿון 3 וואָכן האָב איך געאַרבעט 10 טעג, אָדער 53 שעה בסך־הכּל. פֿון די שעהען האָט מען בײַ מיר אַראָפּגענומען 6 שעה, וואָס איך האָב למעשׂה יאָ געאַרבעט, מער ווי 10% פּראָצענט פֿון מײַן געהאַלט. די מאָלצײַטן האָבן געקאָסט רעלאַטיוו ביליק, אָבער דאָך בין איך געבליבן מיט אַ שווערן געפֿיל, אַז דער אַרבעט־געבער פֿאַרדינט אויף מײַן חשבון, איך זאָל קענען עסן דאָס, וואָס מע וואַרפֿט אַרויס.

גאָט צו דאַנקען, איך האָב געקענט זיך אָפּזאָגן און זוכן אַרבעט ווײַטער, אָבער איך טראַכט נאָך פֿון די אַנדערע אַרבעטער אין האָטעל, צווישן זיי — די ישׂראלדיקע אַראַבער און פּליטים פֿון אַפֿריקע, וואָס האָבן ווייניקער אָפּציעס אין לעבן. דאָס וועט זײַן זייער אײַנדרוק פֿון די ייִדישע רעליגיעזע פּרינציפּן, אַז מיר זײַנען מענטשן, וואָס נוצן אויס אַנדערע מענטשן? דאָס מיינט, „פּראָגרעסיווע ייִדישקייט‟?