דער זינגער און פֿילם־מאַכער דזשאָש דאָלגין („סאָוקאַלד‟) טראָגט מיט זיך שטענדיק זײַן פֿילם־קאַמערע, ווען ער פֿאָרט אויף פֿעסטיוואַלן אין אויסלאַנד.
לעצטנס, האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ רירנדיקן פֿילם פֿון אַ רײַזע, וואָס ער האָט געמאַכט מיט די זינגער אַרקאַדי גענדלער, מיישקע אַלפּערט און דניאל קאַהן צום הויז אין קראָקע, וווּ עס האָט אַ מאָל געוווינט דער ייִדישער פּאָעט און טרובאַדאָר מרדכי געבירטיג (1877—1942). צוליב דעם וואָס געבירטיג, אַזוי ווי כּמעט אַלע ייִדן, וועלכע זענען דערהרגעט געוואָרן בעתן חורבן, האָט ניט קיין געהעריקן קבֿר, איז דאָס באַזוכן זײַן אַמאָליקע היים אין קראָקע געוואָרן בײַ די ייִדישע זינגער אַ מין פֿאָרן אויף קבֿר־אָבֿות.
בײַם דענקמאָל פֿונעם פּאָעט זינגט אַרקאַדי גענדלער טרויעריק אונטער געבירטיגס ליד „קינדער־יאָרן‟. מיט טרערן אין די אויגן דערקלערט ער, אַז ער קען מער ניט זינגען און אַז דאָס ליד זאָל דינען ווי אַ מין „אל־מלא רחמים‟. נאָך דעם, וואָס די גרופּע איז אַרײַן אינעם הויף, וווּ געבירטיג האָט געשאַפֿן אַ טייל פֿון זײַנע סאַמע־באַקאַנטסטע לידער, הייבט גענדלער ווידער אָן צו זינגען, דאָס מאָל דעם פּאָעטס „רייזעלע‟. גאַנץ רירנדיק איז עס צו זען ווי גענדלער, פֿאַקטיש דער לעצטער ייִדישער זינגער פֿונעם פֿאַרמלחמידיקן דור, גיט אָפּ כּבֿוד דעם אָנדענק פֿון זײַן גרויסן פֿאָרגייער. בײַ די אַנדערע זינגער באַלאַנגט געבירטיג בלויז צו דער געשיכטע, אָבער בײַ גענדלער, וואָס געדענקט גוט יענע יאָרן, ווען דער גרויסער פֿאָלקס־דיכטער איז נאָך אַלץ געווען אַקטיוו, איז דער טרויער פֿון זײַן אומקום נאָך אַלץ אַן אַקטועלער. גענדלער זאָגט מיישקע אַלפּערט אַז ער קען ווײַטער ניט אויסהאַלטן און דריקט אויס זײַן האָפֿענונג, אַז געבירטיג רוט בשלום.
אַרויסגייענדיק פֿונעם הויף, באַמערקט גענדלער, אַז עמעצער האָט אָנגעשריבן דאָס וואָרט „יודע‟ אויף דער וואַנט פֿונעם קאָרידאָר, וואָס פֿירט צו געבירטיגס הויף. אַ טרויעריקער און אַ געפּלעפֿטער גייט דער אַלטער ייִדישער פֿאָלקס־זינגער אַרויס פֿונעם פּאָעטס הויף.
כאָטש דאָלגין האָט צונויפֿגעשטעלט דעם פֿילם יאָרן נאָך דעם, וואָס ער האָט אים פֿילמירט, לאָזט ער ניט איבער קיין קאָמענטאַרן. אַ פֿילם־מאַכער מיט ווייניקער דערפֿאַרונג וואָלט זיך אפֿשר אַרײַנגעמישט מיט איבעריקע רייד און דערקלערונגען, אָבער דאָלגין לאָזט, אַז די סצענע זאָל רעדן פֿאַר זיך. מע קען טענהן, אַז דער פֿילם וואָלט געדאַרפֿט האָבן ענגלישע אונטערקעפּלעך און דערקלערונגען אָבער ס׳איז מסתּמא בעסער אָן זיי. ס׳איז ניט קלאָר, וויפֿל אַ מענטש וואָס ווייסט ניט קיין ייִדיש אָדער ווער ס׳איז געווען מרדכי געבירטיג, וואָלט פֿאַרשטאַנען וועגן דער רירנדיקער סצענע, אַפֿילו מיט לאַנגע דערקלערונגען. צו פֿיל רייד וואָלט מסתּמא געשטערט די שטימונג פֿונעם פֿילם.
דאָלגין האָט געשריבן אויף זײַן „פֿייסבוק‟־זײַטל, אַז ער גרייט צו נאָך אַזעלכע קורצע פֿילמען פֿון זײַנע רײַזעס. הלוואי אויף ווײַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.