פּורים איז די הויפּט־טעמע פֿון דער טעטיקייט אין אַלע מאָסקווער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס די וואָך. עטלעכע פֿון זיי האָבן שוין דורכגעפֿירט זייערע פּראָגראַמען, קודם־כּל, שׂימחות פֿאַר קינדער. און פֿאַר די דערוואַקסענע וועלן זײַן פֿײַערלעכע פּראָגראַמען: מיט לייענען די „מגילה‟, קאַרנאַוואַלן און סעודות אין אַלע מאָסקווער שילן. אין דער שיל אינעם דאָרף זשוקאָווקע לעבן מאָסקווע (אַ פּראַכטפֿולע שיל, געבויט פֿון רײַכע ייִדן, וואָס לעבן אין דער פּרעסטיזשפֿולער פֿאָרשטאָט) האָט מען אָרגאַניזירט אַ שׂימחה אין אַ קאָסמישן סטיל: אַלע באַטייליקטע ווערן פֿאַרבעטן צו זײַן פֿאַרשטעלט ווי אַסטראָנאַטן.
צו די אַנדערע נײַעס. ר׳ פּנחס גאָלדשמיט מאַכט חתונה זײַן טאָכטער רחל, און די וואָך האָט ער אָרגאַניזירט אַ פֿײַערלעך קבלת־פּנים, מכּלומרשט אין די ראַמען פֿון דעם אַלטן ייִדישן מינהג „פֿאָרשפּיל‟. דאָס קבלת־פּנים ווערט דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיטן רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס און דער קהילה פֿון באַרג־ייִדן. עס זענען פֿאַרבעטן געוואָרן פֿאַרטרעטער פֿון אַלע מאָסקווער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און פֿון דער פּרעסע.
צו דער ייִדישער טעמע האָט זיך געוואָנדן אויך די רוסלענדישע טעלעוויזיע. דער קאַנאַל „קולטור‟ האָט געוויזן אַ טעלעוויזיע־ווערסיע פֿון אַ טור איבער דער ייִדישער מאָסקווע פֿון די 1920-30ער יאָרן. דער וועגווײַזער, אַ זשורנאַליסט פֿונעם קאַנאַל, האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין די פֿריִערע סאָוועטישע צײַטן און פֿון דער ייִדישער קהילה אין מאָסקווע. ער האָט געוויזן די געגנטן, וואָס האָבן זיך גערעכנט ייִדישע און די ערטער, וווּ עס זענען געווען ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. ער האָט אויך דערציילט וועגן דעם בײַטראָג פֿון די ייִדן אין דער סאָוועטישער קולטור און סאָוועטישן שטייגער.
דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ איז ממשיך מיט זײַן פּראָגראַם פֿון רעפֿעראַטן וועגן די תּנ״כישע סוזשעטן און זייער אָפּשפּיגלונג אין דער אייראָפּעיִשער קונסט. דער קענער פֿון העברעיִש און פֿון תּנ״ך יעקבֿ איידלקינד אַנאַליזירט דעם טעקסט פֿון בראשית, און די קונסטפֿאָרשערין דילשאַט כאַרמאַן דערציילט וועגן די גילגולים פֿונעם סוזשעט אין דער מאָלערײַ פֿון קריסטלעכע לענדער. די וואָך איז די באַגעגעניש געווידמעט געוואָרן די קאַפּיטלען י״ח און י״ט פֿון ספֿר בראשית, וווּ עס ווערט דערציילט, ווי אַבֿרהם אַבֿינו איז מקבל־פּנים 3 וואַנדערער. אין דער רוסישער קולטור איז דער סיפּור־המעשׂה זייער באַקאַנט, ווײַל ס׳איז דאָ זייער אַ באַרימטע איקאָנע אויף דעם סוזשעט פֿון דעם מאָלער אַנדריי רובליאָוו.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. דער צענטער פֿון לערנען ייִדישע לימודים „ספֿר‟ לייגט פֿאָר אַ ריי וועב־סעמינאַרן. די טעג הייבט ער אָן מיט דעם קורס וועגן דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. דער קורס באַשטייט פֿון 12 לעקציעס און שליסט אײַן פּאָליטישע און עקאָנאָמישע טעמעס. דער לערער איז ד״ר דמיטרי מאַריאַסיס, אַן עקאָנאָמיסט, אַ קענער פֿון ישׂראלס ווירטשאַפֿט, דאָצענט פֿונעם מאָסקווער אוניווערסיטעט און אַ וויסנשאַפֿטלעכער מיטאַרבעטער פֿון דעם אינסטיטוט פֿאַר מיזרח־פֿאָרשונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.