פֿון 14טן ביזן 21סטן מאַרץ איז די טרופּע פֿון ניו־יאָרקער „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער“ אַרויסגעטראָטן כּמעט טאָג־טעגלעך אין פּאַריז, אין די ראַמען פֿונעם „סעמיועל בעקעט־פֿעסטיוואַל“, מיט „וואַרטן אויף גאָדאָ“, די באַרימטסטע פּיעסע פֿונעם גרויסן אירלענדיש־פֿראַנצייזישן דראַמאַטורג.
די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס“ ווייסן אַוודאי פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג, וואָס דער רעזשיסאָר משה יסעור האָט זי געשטעלט אין ניו־יאָרק מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. זי איז שוין איין מאָל געשפּילט געוואָרן אויפֿן בעקעט־פֿעסטיוואַל (דעמאָלט אין אירלאַנד) אין זומער 2014. פֿאָרט וועט אײַך זײַן אינטערעסאַנט צו לייענען ווי מע האָט זי אויפֿגענומען אין פּאַריז. איז דאָך די פּיעסע דערשינען, קודם־כּל, דאָ אין דער פֿראַנצייזישער הויפּטשטאָט, אויף פֿראַנצייזיש, אין 1952, און עד־היום קען מען גוט אין פּאַריז בעקעטס אַוואַנגאַרד־ווערק, וואָס ווערן אָפֿט געשטעלט דורך אויסגערופֿענע רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן.
טאָ זאָל טאַקע געזאָגט ווערן, אַז די איצטיקע ייִדישע פֿאָרשטעלונג שטייט קינסטלעריש נישט אָפּ פֿון די פֿראַנצייזישע, און דערצו האָט זי נאָך אַ באַזונדערן ייִדישן חן. דאָס האָט צו טאָן מיטן פּירוש וואָס מע מאַכט פֿון בעקעטס כּוונה אין „וואַרטן אויף גאָדאָ“.
ס׳איז דאָך נישט פּשוט צו צעקײַען אַ שפּיל, וווּ צוויי עלנטע, אָפּגעריסענע, אויסגעהונגערטע מענטשן וואַרטן, ערגעץ אין אַן אומהיימלעכן אומבאַוווינטן העק, אויפֿן אָנקום פֿון איינעם אַ מיסטעריעזן גאָדאָ, וועגן וועמען זיי ווייסן גאָרנישט, סײַדן אַז ער האָט צוגעזאָגט נאָך זיי צו קומען. זינט זי האָט זיך באַוויזן, האָט די דאָזיקע האַרבע אַוואַנגאַרדיסטישע פּיעסע אַרויסגערופֿן, אין ערשטן מאָמענט — סקאַנדאַלן, און שפּעטער — די פֿאַרשיידנסטע אויסטײַטשונגען. אַ סך האָבן געדרונגען (כאָטש דער מחבר אַליין האָט עס אָפּגעלייקנט), אַז דער נאָמען „גאָדאָ“ איז אַן אָנצוהערעניש אויף „גאָט“ און אַז ממילא האָט די פּיעסע אַ מעטאַפֿיזישן אינהאַלט. אין די לעצטע צען יאָר אָבער האָט די קריטיק, אויפֿן סמך פֿון בעקעטס כּתבֿ־ידן און אַנדערע סימנים, זיך גענומען אָריענטירן אין דער ריכטונג פֿון אַ פּאָליטישן פּירוש: די העלדן זאָלן סימבאָליזירן פּליטים, און אפֿשר אַפֿילו גערודפֿטע ייִדן, וואָס וואַרטן אומזיסט אויף אַ ישועה אין אַ פֿאַרוואָרפֿענער געגנט פֿון פֿראַנקרײַך אונטער נאַצישער אָקופּאַציע.
נו, ווי באַלד פּליטים — ווערט שוין פֿאַר זיי דער ייִדיש־לבֿוש עפּעס אַזוינס ווי זייער אייגענע הויט. די ייִדישע ווערסיע, אין דער אויסגעצייכנטער איבערזעצונג פֿון שיין בייקער, קלינגט ממש ווי דאָס וואָלט געווען דער אָריגינעלער טעקסט. נאָך בפֿרט אַז דער העלד עסטראַגאָן, דער פֿיזיש און גײַסטיק אייביק צעווייטיקטער מענטש, ווערט געשפּילט דורך דוד מאַנדעלבאַום מיט אַזוי פֿיל ייִדישער אמתדיקייט אין יעדן קנייטש און אין יעדער תּנועה, אַז ווער עס ווייס נישט וואָלט געמעגט שווערן, אַז דאָס האָט בעקעט צוגעשניטן די ראָלע עקסטרע פֿאַר אים. זײַן אָח־לצרה וולאַדימיר — אַן אַנדער טיפּ, כּלומרשט אַ מער באַהערשטער און ניכטערער, ווערט געשפּילט מיט גרויס נאַטירלעכקייט דורך שיין בייקער. אַפֿילו דער צופֿעליקער דיאַלעקטן־קאָנטראַסט צווישן ביידע אַקטיאָרן, דער „גאַליציאַנער“ מאַנדעלבאַום און דער „ליטוואַק“ בייקער, טרעפֿט שטיפֿעריש אַרײַן אין דער געשטאַלטיקונג פֿון צוויי באַזונדערע טיפּן, וואָס צוזאַמען פֿאַרקערפּערן זיי וווּנדערלעך דעם ייִאוש פֿון געטריבענע און היימלאָזע.
כאָטש די דערמאָנטע צוויי אַקטיאָרן טראָגן אויס דעם גרעסטן טייל פֿון די דיאַלאָגן, איז אָבער פּונקט אַזוי וויכטיק די ראָלע פֿון לאָקי, געשפּילט דורך רפֿאל גאָלדוואַסער. גאָלדוואַסער, אַן אַקטיאָר מיט אַ סטאַזש, האָט אַ סך געאַרבעט איבער מימיק און ער באַווײַזט גלענצנדיק צו באַלעבן אָט־אָ דעם מאָדנעם פּאַרשוין, לאָקי, וואָס כּמעט די גאַנצע צײַט איז ער שטום, אָבער ווען ער קריגט שוין לשון, ברעכט ער אויס אין אַ משונהדיקן אַבסורד־מאָנאָלאָג, וואָס איז איינער פֿון די הויפּט־מאָמענטן אין דער פּיעסע.
אין דער ראָלע פֿון פּאָצאָ, דעם דעספּאָטישן משוגעוואַטן פּאַרשוין וואָס געוועלטיקט איבער לאָקין, צייכנט זיך אויס בן ראָזענבלאַט. דער יונגער אײַזיק סיגל שפּילט מיט דער נייטיקער תּמימות די קורצע ראָלעס פֿונעם פֿאַרבאָרגענעם גאָדאָס יונגע שליחים. דער בינע־פֿאַרוואַלטער דזשעסי פרידמאַן האָט אויך זײַן חלק אין דעם זייער געלונגענעם ספּעקטאַקל.
אינטערעסאַנט איז צו פֿאַרגלײַכן דאָס ייִדישע „וואַרטן אויף גאָדאָ“ פֿונעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער“ מיט דער אַנדערער ייִדישער ווערסיע פֿון דער זעלבער פּיעסע, וואָס די טרופּע „ייִדישפּיל“ האָט פֿאַרגאַנגענעם יאָר געשפּילט אין תּל־אָבֿיבֿ, איבערגעזעצט און רעזשיסירט דורך יהושע סאָבאָל. סאָבאָל איז אַ וויכטיקער טעאַטער־קינסטלער און זײַן אויפפֿירונג האָט פֿאַרשטייט זיך אויך געהאַט גרויסע מעלות. אָבער זײַן איבערזעצונג האָט היפּשלעך אונטערגעהונקען. דערצו האָט ער אַרײַנגעפֿירט געוויסע אומנייטיקע צוגאָבן, און דאָס גאַנצע האָט געהאַט אַ פֿרעמדלעכן נאָכטעם, נישט געקוקט אויף די געראָטענע אַספּעקטן. די אַמעריקאַנער טרופּע, אין קעגנטייל, גיט אַ „גאָדאָ“ אַ געלויפֿיקן, אַ נאַטירלעך ייִדישן, מיטן גאַנצן ביטערן אַבסורד־הומאָר אין וועלכן עס קלינגט אָפּ די פֿינצטערע דאָליע פֿונעם עלנטן, געיאָגטן מענטשן פֿון אַלע צײַטן און ערטער.
אויף אַלע פֿאָרשטעלונגען איז געקומען אַ שיינער עולם; אויף עטלעכע פֿון זיי — מער ווי עס האָט געקענט אַרײַננעמען דער זאַל פֿון אירלענדישן קולטור־צענטער, וווּ דער פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען. נישט בלויז ייִדיש־קענערס זענען געקומען. דער פֿעסטיוואַל האָט ווי געוויינטלעך צוגעצויגן אַ היפּשע צאָל חסידים פֿון בעקעטס טעאַטער, און אַ טייל פֿון זיי זענען געווען טשיקאַווע צו זען, וואָס פֿאַר אַ פּנים עס האָט דאָס קרוינווערק פֿון זייער באַליבטן דראַמאַטורג דווקא אויף אַזאַ אויסטערלישער שפּראַך, ייִדיש. דער שרײַבער פֿון די שורות האָט געשמועסט מיט אייניקע פֿון זיי. אַלע האָבן אויסגעלויבט די עכטקייט פֿון דער שפּיל און זי בפֿירוש באַצייכנט ווי אַ גאָר געראָטענע פֿאַרווירקלעכונג פֿון בעקעטס טעאַטער־קאָנצעפּציע.
וואָס שייך דעם עולם וואָס פֿאַרשטייט ייִדיש, איז ער זיך ממש מחיה געווען. ס׳איז פּשוט געווען אַ שאָד זיך אויפֿצוהייבן פֿונעם בענקל נאָך די קוים צוויי שעה, וואָס אין זייער פֿאַרלויף האָט זיך בעקעטס הויכע אוניווערסאַלע שאַפֿונג אַזוי מופֿתימדיק צונויפֿגעגאָסן מיט דער פֿרייד פֿון ייִדישן וואָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.