אַ מענטש קען זיך פֿילן קליין אין דער גרויסשטאָט, אַרומגערינגלט מיט די ריזיקע בנינים און מיט די מאַסן מענטשן. אָבער אַפֿילו די גרויסשטאָט קען ווערן היימיש פֿאַרן יחיד, אַבי ס׳איז געמאַכט לויט דער מענטשלעכער מאָס — פּונקט אַזוי ווי עס פֿילט זיך אין דער היים די קליינע מוראַשקע אין דער ריזיקער מוראַשקע־קאָלאָניע, מיט די אַלע ענגע טונעלן און היילן אונטער דער ערד — ווײַל ס׳איז אַלץ געמאַכט לויטן מוראַשקעס מאָסשטאַב. אין ניו־יאָרק פֿאַרברענג איך אַ סך צײַט אין טונעלן און היילן, פֿאָרנדיק מיטן „סאָבוויי‟, און טראָגנדיק אויפֿן רוקן אַ סך פּראָוויאַנט (געוויינטלעך, פֿון „טריידער דזשאָו׳ס‟).
די אַמעריקאַנער הויפּטשטאָט, וואַשינגטאָן, וווּ איך האָב איצט פֿאַרבראַכט אַ פּאָר טעג, איז אַ שטאָט, וואָס איז אַ סך קלענער פֿון ניו־יאָרק, אָבער אַ סך ווייניקער היימיש, ווײַל ס׳איז דווקא ניט געבויט לויט דער מענטשלעכער מאָס. פֿון איין זײַט, איז וואַשינגטאָן מאָדנע קליינשטעטלדיק: אַפֿילו גלײַך לעבן דעם קאַפּיטאָל זײַנען די גאַסן פֿול מיט קליינע הײַזער, מיט לאָנקעס און גערטנער און הינטעלעך, גאָר ניט מעשׂה גרויסשטאָט. גיין פֿונעם קאַפּיטאָל ביז צום צענטראַלן וואָקזאַל „יוניאָן סטיישן‟ איז אַ שפּאַציר פֿון צען מינוט. מע גייט אַרויס פֿונעם סענאַט אָדער פֿונעם העכסטן געריכט און מע טרעפֿט גלײַך אין אַ קליין שטעטל, לעבן אַן אַלטן קאַפֿע און אַ ווינקלדיקער ביכערקראָם — אַ סצענע, וואָס בײַ אונדז וואָלט זיך עס אפֿשר געפֿונען אויף סטאַטען־אײַלאַנד.
אַפֿילו דאָס באַרימטע „ווײַסע הויז‟, וואָס זעט אויס אַזוי אימפּאָנירנדיק אויף דער טעלעוויזיע, וואַרפֿט זיך כּמעט ניט אין די אויגן פֿאַר די פֿאַרבײַגייער; עס זעט אויס ווי אַ בנין פֿון אַ קליינעם קאָלעדזש אָדער אַ פּאָסט־אָפֿיס. עס גלייבט זיך קוים, אַז דאָרט וווינט דער מעכטיקסטער מענטש אויף דער וועלט. דעריבער איז אַ סבֿרא, אַז אויב איין קאַנדידאַט פֿאַר פּרעזידענט זאָל געווינען, וועט ער דאָרט צוגעבן עטלעכע שטאָק מיט אַ הויכן טורעם און אַ שילד מיט זײַן נאָמען.
פֿון דער צווייטער זײַט, איז דער נאַציאָנאַלער פּראָמענאַד („מאָל‟ בלע״ז) געבויט פֿאַר ריזן, ניט פֿאַר מענטשן. עס נעמט אַ שעה צײַט צו גיין פֿון איין עק ביזן צווייטן, באַגלייט פֿון ביידע זײַטן מיט ריזיקע מאָנומענטן און פֿעסטונגען. די אומגעהײַערע גרייס פֿון די בנינים — מערסטנס, מוזייען און רעגירונג־אַמטן — איז אַזוי איבערגעטריבן, אַז זיי קענען זיך פֿאַרגלײַכן בלויז מיט דעם, וואָס היטלער האָט פּלאַנירט פֿאַר זײַן „וועלט־הויפּטשטאָט גערמאַניע‟. דער באַזוכער דאַרף זיך פֿילן קליין און נישטיק און ציטערן פֿאַרן סטיכישן כּוח פֿון דער אַמעריקאַנער גרויסמאַכט. דאָס, וואָס די דאָזיקע בנינים טראָגן אין זיך קונסטווערק און ניט קיין געווער, נעמט ניט אַראָפּ פֿון זייער פּסיכאָלאָגישער ווירקונג אויפֿן באַזוכער.
ס׳איז אַוודאי ניט קיין צופֿאַל, וואָס די גרעסטע בנינים אין וואַשינגטאָן געהערן צו דער מלוכה, בשעת אין ניו־יאָרק זײַנען זיי דאָס פּריוואַט־אייגנס פֿון די גרויסע בענק, האָטעלן, גרונטאייגנס־פֿירמעס וכדומה. ס׳איז דאָ אַן אַלט ווערטל, אַז מע קען דערקענען, ווער עס האָט די מאַכט אין אַ געוויסער געזעלשאַפֿט, לויט דער גרייס פֿון די בנינים. אין מיטל־עלטער איז עס געווען דער קלויסטער מיט זײַנע ריזיקע קאַטעדראַלן. דערנאָך זײַנען געקומען די קעניגן און קייסאָרים מיט זייערע פּאַלאַצן. אין אונדזער דעמאָקראַטישער און קאַפּיטאַליסטישער תּקופֿה קאָנקורירן די מלוכה־בנינים מיט די פּריוואַטע וואָלקן־קראַצערס: אין וואַשינגטאָן הערשן די ערשטע, און אין ניו־יאָרק — די צווייטע.
טראַכטנדיק אַזוי, פֿאַלט מיר אײַן, אַז אפֿשר וואָלט איך געדאַרפֿט פֿילן מער סימפּאַטיע פֿאַר וואַשינגטאָן, ווײַל יעדער אַמעריקאַנער בירגער האָט אַ רעכט צו האַלטן, אַז דאָס אַלץ געהערט צו „אונדז‟ — דעם אַמעריקאַנער פֿאָלק. אין די אַלע מוזייען און רעגירונג־בנינים קען איך אַרײַנגיין בחינם און מע נעמט מיך אויף — נאָכן געהעריקן זיכערהייט־קאָנטראָל — בכּבֿוד־גדול. ווען איך טו דאָס זעלבע אין ניו־יאָרק, למשל, אינעם „באַנק פֿון אַמעריקע־טורעם‟ אָדער אינעם „מעטלײַף־בנין‟, וואָלט מען גערופֿן די פּאָליציי מיך אַרעסטירן. ניו־יאָרק געהערט ניט צו „אונדז‟, נאָר צו מיסטער בלומבערג און קאָ.
פֿון דעסטוועגן, האַלט איך, אַז ניו־יאָרק איז בעסער פּלאַנירט (אָדער ניט־פּלאַנירט) ווי וואַשינגטאָן. דער פּלאַץ אויפֿן אינדזל איז ענג, זײַנען די בנינים הויך און די באַפֿעלקערונג איז קאָנצענטרירט. ווי גרויס אונדזער קאָלאָניע זאָל ניט ווערן, איז פֿאָרט באַקוועמער פֿאַר דער יחידישער מוראַשקע זיך צו באַוועגן דאָ ווי אויף אַן אָרט, וווּ אַלץ איז צעשפּרייט איבער גרויסע שטחים און יעדע מוראַשקע וווינט אין אַ באַזונדער הײַזל — און אין מיטן שטאָט געפֿינען זיך ליידיקע פֿעלדער אַרומגערינגלט מיט ריזיקע מאָנומענטן און רעגירונג־בנינים.
אַזוי האַלט איך — דערווײַל. אָבער אויב איך וועל אַ מאָל געפֿינען אַרבעט אין וואַשינגטאָן, וואָלט איך זיך ניט אָפּגעזאָגט צו וווינען לעבן דעם אַלטן קאַפֿע מיט דער ווינקלדיקער ביכערקראָם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.