מיר אַלע קלאָגן און אָכצן יעדעס מאָל, ווען אַ ייִדיש־ייִדישע אָרגאַניזאַציע שליסט אירע טויערן. איך מיין נישט די „דזשויִשקע‟־אינסטיטוציעס, וועלכע גיבן אין מיצקע דרינען אַ לעק מיט אַ שמעק פֿון אַ ייִדיש־קורס, וואָס געדויערט פֿון אסתּר־טענית ביז פּורים.
און אַזוי, רעדנדיק מיט מײַן זון אַבֿרהמלען, איז ער אַרויס פֿון די כּלים און זיך אַוועקגעזעצט און אָנגעשריבן אַ לאַנגן בריוו צו דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, פֿון וועלכן איך וועל ציטירן בלויז אַ טייל, און צום סוף — רעאַגירן דערויף.
ער שרײַבֿט:
ווי אַן אָפּרוף צו בריטאַ לאָקטינגס אַרטיקל פֿון מערץ 9, 2016 אין Forward וועגן מאַרטין פּרץ, (איינער פֿון די לאַנג־יאָריקע מיטגלידער פֿון דער ייִוואָ־פֿאַרוואַלטונג און געוועזענער שעף־רעדאַקטאָר פֿון „ניו־רעפּאַבליק‟), וועלכער האָט די טעג רעזיגנירט פֿון דער ייִוואָ־פֿאַרוואַלטונג מיט אַ בראַזג, איז לאָמיך אָנהייבן מיט אַ רעוועלאַציע.
//forward.com/culture/335477/martin-peretz-outspoken-ex-new-republic-chief-angrily-quits-yivo-board/
מײַנע עלטערן און איך זײַנען יאָרן לאַנג געווען פֿאַרבונדן מיטן „ייִוואָ‟. מײַן טאַטע מענדל האָפֿמאַן, ע״ה, אַ געראַטעוועטער פֿון אוישוויץ, האָט געווידמעט זײַן גאַנץ לעבן אויפֿצוהאַלטן דעם „ייִוואָ‟, פּרעזערווירן דאָס שליחות פֿון „ייִוואָ‟, דאָס וואָס ס‘איז פֿאַרבליבן פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור, וואָס נאַצי־דײַטשלאַנד האָט זיך אונטערגענומען צו פֿאַרניכטן. דער עיקר איז בײַ זיי געשטאַנען אויפֿן סדר־היום פֿאַרטיליקן אונדזער ייִדישע שפּראַך, קולטור, שעפֿערישקייט, ייִדישער דערציִונג, אונדזער ייִדישקייט און אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צום ייִדישן פֿאָלק.
מײַנע עלטערן האָבן געווידמעט זייער לעבן אויפֿצוהאַלטן די עקזיסטענץ פֿון ייִוואָ. איך אַליין ווי אַ ייִדישער אַקטיאָר, האָב אַ סך מאָל געשפּילט בײַ די יערלעכע „בענעפֿיטן‟ פֿאַרן „ייִוואָ‟, ווי אַ טייל פֿונעם „יוסף־פּאַפּ ייִדישן טעאַטער‟, דעם וועלט־באַרימטן אימפּרעסאַריאָ פֿון „שעקספּיר־פֿעסטיוואַל‟ און „פּאַבליק טעאַטער‟ אין ניו־יאָרק.
דאָס איז נישט דאָס איינציקע מאָל, ווי אַ לאַנג־יעריקער מיטגליד פֿון דער „ייִוואָ‟־פֿאַרוואַלטונג, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון י. ל. פּרצן, ווענדט זיך צום עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, מיט אַ בקשה צו פֿײַערן פּרצעס 100־יאָריקן יוביליי, שוין אָפּגערעדט פֿון אונדזערע פֿאַרגעסענע שרײַבער און פּאָעטן, ווי שלום־עליכם, דעם נאָבעל־פּרעמירטן יצחק באַשעוויס־זינגער, איציק מאַנגער און חיים גראַדע… די רשימה איז ענדלאָז.
אָבער איך האַלט נישט, אַז אונדזער ייִדישער אומגליק שטאַמט בלויז פֿון איין ייִדישער אָרגאַניזאַציע. מײַן טענה איז, אַז די פּראָבלעם גראָבט אַ סך טיפֿער. איך באַשולדיק די ייִדישע וועלט־פֿירערשאַפֿט פֿון ייִדישע קהילות און אָרגאַניזאַציעס אין 20סטן יאָרהונדערט, וואָס האָבן בײַגעשטײַערט צום טויט־קלאַפּ פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אַ מאָל בכּיוון, און אַ סך מאָל צוליב אַפּאַטיע און גלײַכגילטיקייט.
די ייִדישע שפּראַך איז איבער טויזנט יאָר אַלט, געווען פֿול מיט זאַפֿט אין די מײַלער פֿון מיליאָנען ייִדן איבער דער וועלט. מיר דערמאָנט עס כּסדר מײַן מאַמע, מרים האָפֿמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש איבער 25 יאָר אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. זי דערמאָנט מיר כּסדר, אַז מיר האָבן פֿאַרמאָגט אַ מענגע ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן, ביכער, פֿאַרלעגער, ייִדישע טעאַטערס, מוזיק, און מיר לעבן איבער הײַנט צו טאָג אַ ייִדישע וועלט־טראַגעדיע פֿון אַ ריזיקן פֿאַרנעם.
אויב איר זײַט אונטערן אײַנדרוק, אַז עס זײַנען אומגעקומען בלויז 6 מיליאָן ייִדן אינעם חורבן, זײַט וויסן, אַז זייערע דורות און דור דורות ציילן זיך הײַנט אין די הונדערטער מיליאָנען קרבנות. נאָכן חורבן האָבן די פֿירער פֿון ייִדישע קהילות דערזען אין ייִדיש אַ שפּראַך פֿון קרבנות; ייִדישע אימיגראַנטן האָבן אויסגעמיטן ייִדיש, נישט געוואָלט זייערע קינדער זאָלן עס פֿאַרשטיין; די אַסימילאַציע האָט עס באַצייכנט ווי אַן אָפּשטאַרבנדיקע שפּראַך, די קרבנות פֿון חורבן האָבן אויפֿגעהערט זיך צו באַנוצן און טיילן זיך מיט זייער מאַמע־לשון, הונדערטער ייִדישע שולן איבערן לאַנד האָבן זיך געשלאָסן, בלויז אַ קליינע צאָל פֿאַרעקשנטע ייִדישיסטן האָבן זיך אײַנגעשפּאַרט אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע שפּראַך, סײַ פֿאַר זיך און סײַ פֿאַר זייערע קינדער און קינדס קינדער.
און דאַן איז אויפֿגעקומען מיט נסים־ונפֿלאות די ייִדישע מדינה אין 1948 — אונדזער אייביקער חלום פֿון אַ ייִדישע היים איז מקיים געוואָרן. און ווי נאָר די מדינה האָט אָפּגעדעכעט פֿרײַ, אַזוי איז זי אַרויס מיט אַ גזירה קעגן לשון־ייִדיש, און געשאַפֿן אַן אַטמאָספֿער פֿון עבֿרית־צענטרישקייט. ייִדיש איז פֿאַרווערט געוואָרן אין אַלע העברעיִשע אינסטיטוציעס און שול־סיסטעמען איבערן לאַנד. איך פֿאַרמאָג אַן אויטענטישן און אָפֿיציעלן דאָקומענט וואָס איך האָב באַקומען פֿון שמואל עצמון, דעם אַמאָליקן דירעקטאָר פֿון „ייִדישפּיל‟, פֿון נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל, וואָס שטעלט פֿעסט, אַז נאָך אין יאָר 1951 איז ייִדיש־טעאַטער פֿאַרבאָטן געוואָרן אין אַלע לאָקאַלע ישׂראלדיקע טעאַטערס. נישט דערלויבט קיין שום ייִדיש־טעאַטער אויפֿגעפֿירט פֿון די ישׂראלדיקע אַרטיסטן. בלויז ייִדישע אַקטיאָרן, וואָס קומען פֿון אויסלאַנד איז דערלויבט געוואָרן צו שפּילן ייִדיש־טעאַטער. געליטן פֿון דער גזירה האָבן ייִדישע צײַטונגען און פֿאַרלאַגן.
לעצטנס, האָב איך געהאַט די זכיה אויסצופֿירן די הויפּט־ראָלע אין אַרטור מילערס „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟ דווקא אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק, וווּ ווילי לאָומען, דער הויפּט־העלד קלאָגט זיך, „איז עס בעסער צו לעבן און מוטשען זיך פֿאַר גאָרנישט?‟
די פֿראַזע דערמאָנט מיך אין אונדזער מאַמע־לשון בכלל, און ייִדיש־טעאַטער בפֿרט. דער אמת איז, אַז אונדזער לשון גיט זיך נישט אונטער און רײַסט זיך מיט אַלע כּוחות צום לעבן, און איך געפֿין זיך פֿון די געציילטע און גליקלעכע, וואָס קען רעדן ייִדיש, העברעיִש און ענגליש.
אַבֿרהם־בער (אַבֿי) האָפֿמאַן
איך, ווי זײַן מאַמע, וויל בלויז צוגעבן, אַז מיר ייִדן זײַנען אַלעמאָל געווען צוויי־ און דרײַ־שפּראַכיק, דאָס האָט אונדז געהאָלפֿן צו קאָמוניקירן מיט דער שכנותדיקער באַפֿעלקערונג. צווישן די אומות־העולם האָט אונדז קיינער נישט געשטערט צו באַנוצן זיך מיט אונדזער נאַציאָנאַלער שפּראַך. (זע טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, 1908)
און דאָ וויל איך דערמאָנען די אַמאָליקע גרויסמאַכט ווי ענגלאַנד,וואָס האָט פֿאַרווערט אַלטע, מינאָריטעט־שפּראַכן ווי וועלש, גייליק, אײַריש און קאָרניש צווישן אַנדערע, מיטן ציל אָפּצומעקן זייערע געשיכטלעכע שפּראַכן פֿון פֿעלקער, וועלכע גרויס־בריטאַניע האָט פֿאַרכאַפּט און געצוווּנגען זיי צו אַסימילאַציע, אָננעמען ענגליש ווי זייער שפּראַך, אַ סך מאָל אויך זייער קולטור און די רעליגיע פֿון די זיגער.
אָבער ס’האָט נאָך קיין מאָל נישט פּאַסירט אין דער ייִדישער געשיכטע, ווען אַן אייגן פֿאָלק זאָל פֿאַרווערן און דערשטיקן די שפּראַך פֿון זייערע טאַטעס און מאַמעס, באָבעס און זיידעס, דאָס לשון פֿון ייִדישע דורות. ס’איז געקומען די העכסטע צײַט אויסצוגלײַכן די בוכהאַלטעריע.
ענגלאַנד האָט קאַפּיטולירט און צוריק דערלויבט צו באַנײַען די מינאָריטעט־שפּראַכן אין זייערע אַמאָליקע קאָלאָניעס און לענדער, זיי האָבן אויפֿגעלעבט ברעטאָן, סעלטיק און קאָרניש צווישן אַנדערע שפּראַכן. די באַפֿעלקערונג אין צפֿון־אירלאַנד און סקאָטלאַנד און וויילז, האָבן געלעכצט צו וויסן, וועלכע שפּראַך זייערע פֿאַרגאַנגענע דורות האָבן גערעדט. הײַנט צו טאָג האָט מען וועלש באַשטימט ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין וויילז, וואָס ווערט געלערנט פֿון קינדערגאָרטן ביז אוניווערסיטעט, און דאָס גלײַכן מיט די אַנדערע מינאָריטעט־שפּראַכן.
מיט יאָרן צוריק האָב איך באַזוכט אַ ייִדישן קינדערגאָרטן אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע, וווּ די לערערין איז געווען יענטל פֿישמאַן. דאָרט האָבן די קינדער זיך משׂמח געווען מיט ייִדיש, העברעיִש, ענגליש און פֿראַנצייזיש. אַ סימן, אַז טאָלעראַנץ עקזיסטירט בײַ פֿאַרשיידענע פֿעלקער, נאָר נישט בײַ אונדז ייִדן.
איז שוֹין געקומען די העכסטע צײַט, אַז מיר ייִדן זאָלן צוריק ווערן מענטשן און ראַטעווען וואָס ס’איז נאָך פֿאַרבליבן פֿון אונדזער ייִדיש לשון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.